Original scan
Original memorial-book scan 365
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1178

םםדלוקאוו 361 פמ גרויס אויפרעגונג. דאס קינד הייבט אביסל אויף די הענטלעך און שרייט. די מאמע בלייבט דערשיטערט זי וויל צוריקגיין. דער אוקראינער שטעלט אן די ביקס׳ע צילט׳ אבער ער שיסט נישט. עס קומען אן אנדערע וועכטער׳ זיי שרייען: ״װאס האסטו געטאן׳ הינטישער זון?״ זיי האבן גענומען דאס קינד און עס געפירט נאך דער מאמען. אין דעם מאמענט האט א מײדל פון א יאר 15 געפרװוט גיין מיטן טראטואר. זי איז אבער געפאלן א טדיטע אין רינשטאק. מען האט זי צוגעדעקט מיט איר אײגענער פאטשײלע. אין דער פרי האבן מיר געפונען דעם זעלבן קערפער — מיט אן אפגע־ דעקטן קאפ — אויף דער שװעל פון אונדזער שכנים. אויף א 100 טריט װײטער זענען געלעגן 6 מתים. ביז דער מענטשן־צוג איז צוגע־ קומען צו דער באן־סטאציע׳ זענען געפאלן הונדערט׳ אדער מער נאך׳ מענטשן. די שיסערײ האט געדויערט א גאנצע נאכט. דער צוג איז נאך נישט געװען אויף דער סטאציע׳ האט מען דערוױיל ארײנגעפירט די מאסע אין א גרויסן דערבייאיקן באראק. הײנט נאך מיטאג בין איך מיט מײנע זינעלעך געגאנגען צו דער באן־סטאציע׳ כדי צו קויפן א צײטונג. א בלוט־קאלוזשע האט דערצײלט װאס דארט איז פארגעקומען במשך פון דער נאכט.

passage_12e79cdc5ef735603adac238
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1180-2339

עמעצער האט דערצײלט, אז אײנער פון די ײדן האט געטראגן אין זײן העמד א טויט קינד. דאס קינד איז געשטארבן בעת זײ זענען געשטאנען אויף דער םטאציע. אין דער מאםע איז אויך געװען אונדזערם א באקאנטע. זי האט געקענט דעם פלאן פון אונדזער פאסעםיע. זי האט ריזיקירט און איז אנטלאפן. זי איז געלאפן צו אונדזער שײער, אבער די טירן זענען געװען געשלאםן. דאן איז זי ארײנגעשפרונגען אין שײער פון אונדזער שכן׳ מיט קאלעגער דער כלל־טוע ריאן מ. , ער האט זי ארויסגעטריבן פון דארט און 1 י איז אריץ אין א קעמערל. ער האט איר דערלויבט דארט צו זײן בלויז עטלעכן מינוט און דערנאך האט ער זי ארויםגעװארפן. װאס מיט איר איז געװארן — װײם איך נישט. א גאנצע נאכט האבן הינטער געװאיעט איבער די מתים. זײ האבן אנגעהויבן צו צעװארפן דאס געטא. מםתמא איז דארט קײנער שוין נישטא. װי עס װײזט אויס האבן זײ איבערגעלאזט א געװיסע צאל ארבעטער אין די געםטאפא־מאגאזינען און אין א דײטשער פירמע, װאס פארנעמט זיך מיט צונויפזאמלעדן אײער און דרויב, ״דיטרא״. און איצט — עטלעכע נאטיצן װעגן דער געגנט. דעם 30םטן אקטאבער בין איך געפארן באזוכן דעם קאאפעראטױו אין דארף בורקע.

passage_6901d52e2c02603302a31978
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2341-2854

בײם ארײנקומען אין דארף האב ן פויערים מי ר דערצײלט ׳ א ז זשאנדארן זענע ן געקומע ן אדורכפית א ן אבלאװ ע אוי ף ײ ח אי ן בורקע . וױיטע ר הא ב אי ך זי ך דערוװםט ׳ א ז פו ן דארף אדאמא װ זענע ן ײד ן אנטלאפן . ז ײ האב ן זי ך באװאפנ ט או ן באפאל ן דא ם בױר א פון דע ר ארטיקע ר גמינע . ז ײ האב ן דאר ט אנגעמאכ ט א חורבן . ז ײ האב ן אוי ך געזוכ ט דעם װאיט ׳ געװאל ט אי ם דערהרגענען ׳ או ן װע ן ז ײ האב ן אי ם ניש ט געפונען ׳ האב ן ז ײ דעמאלירט זי ץ װוינומ.. . ד י ײד ן האב ן דערהרגע ט א זשאנדאר ׳ א צװײט ן — פארוװנדעט ׳

passage_1399af1d81b47025bbe421ed