Original scan
Original memorial-book scan 372
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1380

368 ססר לוקאװ האבן אנגעהויבן קומען יידן םװ שטאט׳ כדי צו דערװיםן זיך װאם עם הערט זיד איז .דעד גרויםער װעלט׳. עטלעכע װאכן בין איך געװען בײ דער קרובה. װעגן אריבערנעמען אהין די מאמע מיטן בחדער און שװעסטער איז דערװייל קײן רײד נישט געװען. די קרובה האט גע־ װ1ינט זײער עגג, און מיט פרנםה איז בײ זײ אויך נישט געװען װאזשנע. מײן קרובה האט געהאטא םך באקאנטע פויערים אין די דערפער ארום לוקאװ. איך האב זי געבעטן, אז זי זאל מיר שאפן או־בעט בײ עמעצן פון אירע באקאנטע פויערים. תחילת האט די קחבה גישט געװאלט הערן דערפװ. איך האב אבער אײנ־ געטענהט מיט איר, אז בײ איר איז ענג, און אויב איך װעל ארבעטן בײא פויער, װעל איך אפשר קעגען דיגגעןא שטיבל אין דארף און אראפברענגען די משפחה פון װארשע און מיר װעלן אלע זײן צוזאמען. ענדלעך האט די קרובה אײנגעזען, אז מײן פלאן איזא גוטער און צוגעזאגט מיר צו העלפן. אויף :טרבעט ביי פויערים דעם 10טן ױני1942 בין איך אװעק צוא פויער אין דארף אלעקםאנדראװ,5 קילא־ מעטער פון לוקאװ. איך האב קיץ מאל פריער נישט געארבעט אויפן פעלד אדער אין פויערישער װירטשאפטו אויך די פויערישע שפראך איז מיר געװען פרעמד. איד בין דאך אלע מײגע יארן געװען אין שטאט. דאך האב איך געמאכט אלע אנשטרענגונגען, געטאן די שװערםטע ארבעטן, אבי צו קענען ראטעװען מײנע נאענטםטע אין װארשע־ װער געטא.

passage_7b2798dddc098bc53147a03a
Passage 2normalized OCR · source chars 1382-2579

צו אלע צרות איז די פויערטע, בײ װעלכער איך האב געוװינט, געװעןא גרויםע אנטיסעמיטקע, זי האט מיך געהאלטן בײ זיך בלויז דערפאר, װײל זי איז געװען אן אויסנוצערקע,א קארגע. זי האט מיר װײניקער געצאלט װי די פוילישע ארבעטערינם. צוליב איר שלעכטן שם אין דארף האט קײנעד פון די דארפם־שיקסעם נישט געװאלט בײ איר ארבעטן. װען איך בין אנגעקומען צו איר ארבעטן האבן ײדן נאך געמעגט ארבעטן בײ פוילישע פויערים, זײ האבן נאר געמוזט זיץ רעגיםטרירט אין ארבעטם־אמט מיטן גענויעם אדרעם וװ מען ארבעט, דער פויער, בײ װעלכןא ײד האט געאדבעט, האט געמוזט געבןא געװיםן אפצאל אין דײטשן ארבעטס־אמט. צוליב איר קארגשאפט האט מיץ באלעבאםטע מיך נישט רעגיםטרירט אין ארבעטם־אמט. זי האט אלעמען געזאגט, אז איך בין אירםא קוזינע, אן ארויםגעשיקטע פון פויזנער געגנט, אץ אזוי האט זי מיך אײנגעמאלח אלס אננא לעשטשינםקא. פאר־ שטייט זיך, אז איך בין געװען פון דעם צופרידן. נאךא פאר װאכן האב איך זיך אויסגעלעדנט גוט ארבעטן אין דער װירטשאפט, אבער איך האב געליטן דאם גיהנום. איך האב געזען, אז דערװײל איז נישטא װאם צו רעח װעגן אדאפנעמען די משפחה פץ װארשע, איך האב אבער גענומען פאר ליב אלע

passage_af9c178a991603a434b292fe