Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 372
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1380

368 ססר לוקאװ האבן אנגעהויבן קומען ייִדן פֿון שטאט, כדי צו דערװיסן זיך װאָס עם הערט זיך אין דעד גרויסער װעלט. עטלעכע װאכן בין איך געװען בײ דער קרובה. װעגן אריבערנעמען אהין די מאמע מיטן בחדר און שװעסטער איז דערװײל קײן רײד נישט געװען. די קרובה האט גע־ װינט זײער עגג, און מיט פרנסה איז בײ זײ אויך נישט געװען װאזשנע. מײן קרובה האט געהאט א םך באקאנטע פויערים אין די דערפער ארום לוקאװ. איך האב זי געבעטן, אז זי זאל מיר שאפן אױ־בעט בײ עמעצן פון אירע באקאנטע פויערים. תחילת האט די קרובה נישט געװאלט הערן דערפון. איך האב אבער אײנ־ געטענהט מיט איר, אז בײ איר איז ענג, און אויב איך װעל ארבעטן בײ א פויער, װעל איך אפשר קענעװ דינגען א שטיבל אין דארף און אראפברענגען די משפחה פון װארשע און מיר װעלן אלע זײן צוזאמען. ענדלעך האט די קרובה איינגעזען, אז מײן פלאן איז א גוטער און צוגעזאגט מיר צו העלפן. אױף :טרבעט בײ פויערים דעם 10טן יוני 1942 בין איך אװעק צו א פויער אין דארף אלעקםאנדראװ, 5 קילא־ מעטער פון לוקאװ. איך האב קײן מאל פריער נישט געארבעט אויפן פעלד אדער אין פויערישער װירטשאפט, און אויך די פויערישע שפראך איז מיר געװען פרעמד. איך בין דאך אלע מײנע יארן געװען אין שטאט. דאך האב איך געמאכט אלע אנשטרענגונגען, געטאן די שװערםטע ארבעטן, כדי צו קענעװ ראטעװען מײנע נאענטםטע אין װארשע־ װער געטא.

passage_7b2798dddc098bc53147a03a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1382-2579

צו אלע צרות איז די פויערטע, בײ וועלכער איך האב געװוינט, געװען א גרויסע אנטיסעמיטקע, זי האט מיך געהאלטן בײ זיך בלויז דערפאר, װײל זי איז געװען אן אויסנוצערקע, א קארגע. זי האט מיר װײניקער געצאלט װי די פוילישע ארבעטערינם. צוליב איר שלעכטן שם אין דארף האט קײנע פון די דארפם־שיקסעם נישט געװאלט בײ איר ארבעטן. װען איך בין אנגעקומען צו איר ארבעט האבן ײדן נאך געמעגט ארבעטן בײ פוילישע פויערים, זיי האבן נאר געמוזט זיץ רעגיסטרירט אין ארבעטס־אמט מיטן גענויעם אדרעס װו מע ארבעט, דער פויער, בײ װעלכן א ײד האט געאדבעט, האט געמוזט געבן א געוויסן אפצאל אין דײטשן ארבעטס־אמט. צוליב איר קארגשאפט האט מיך באלעבאסטע מיך נישט רעגיסטרירט אין ארבעטס־אמט. זי האט אלעמען געזאגט, אז איך בין אירס א קוזינע, אן ארויסגעשיקטע פון פויזנער געגנט, אץ אזוי האט זי מיך איינגמאלח אלס אננא לעשטשינסקא. פאר־ שטייט זיך, אז איך בין געװען פון דעם צופרידן. נאך א פאר װאכן האב איך זיך אויסגעלעדנט גוט ארבעטן אין דער װירטשאפט, אבער איך האב געליטן דאס גיהנום. איך האב געזען, אז דערװײל איז נישט א װאם צו רעח װעגן אדאפנעמען די משפחה פון װארשע, איך האב אבער גענומען פאר ליב אלע

passage_af9c178a991603a434b292fe