Original scan
Original memorial-book scan 376
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1354

372 םםר לוקא װ און װײטער האלטן בײַ זיך ייִדן, װעט באקומען טױט־שטראף. מיץ באלעבאמטע האט זיך זייער דערשראקן און זי האט מיך אפגעזאגט פון דער ארבעט. די באלעבאסטע האט מיר אויך דערצײלט, אז אין לוקאװ אויפן מארק האט זי זיך דערװימט װעגן עפעס שרעקלעכס, װאם מען גרײט פאר די לוקאװער ייִדן. זי האט מיד זײער באדויערט, זי איז געװען זיכער, אז שוין אויפן צו מארגנס גיי איך זיך צושטעלן צו די דײטשן. איר איז געװען א שאד מיך אפצולאזן. זי האט זיך שוין געהאט צוגעװוינט צו מיר און זי איז געװען צופרי ח פ מ מיץ ארבעט. זי האט זיך פאר מיר פארענטפערט, אז זי װאלט מיך נישט אפגעשאםט, אבער זי האט מורא, װײל אין דארף האט זי א םך שונאים און זײ װעא זי זיכער מםרן צו די דײטשן. איך האב געבעטן, אז זי זאל מיר דערלויבן בלייבן בײַ איר נאך עטליכע טעג, מיט אן אויסרײד, אז איך דארף זיך צוגרייטן רײנע װעש. איך האב באשלאסן נישט צו שטעלן זיך אין שטאט צו דער רעגיסטראציע, נאר אוועק אין אן אנדער דארף זוכן ארבעט. קעגנאיבער דעם הויז, װו איך האב געארבעט, האט געװױנט א פויער מיטן נאמען נוזשינםקי. ער פלעגט מיך אפט פרעגן צי איך װײס נישט עפעס פון א מיידל, װאם איז גרייט צו ארבעטן בײ זײן ברודער אין דארף גאלאמבקי. דערבײ האט ער צוגעגעבן מיט א מאדנעם שמײכל: ״הערסט, איך װיל, אז דאם מײדל זאל זײן ענלעך צו דיר״.

passage_9a2b303a5a0db77b46b23eef
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1356-2728

איצט האב איך באשלאסן אריינצוגיין צו נוזשינסקי און פרעגן וועגן דער ארבעט ביי זיין ברודער. איך האב אים דערציילט, אז איך גיי אוועק פון מיינע איצטיקע באלע■ באטים, ווייל איך וויל זיך אויסבעסערן די באדינגונגען, די באלעבאסטע פייניקט מיך אאז״װ. ער האט מיר צוגעזאגט צו פארן צום ברודער און צו מארגן װעט ער מײ־ געבן ענטפער. צו מארגנס האט מיר דער פויער געזאגט, אז זונטיק זאל איך קומען צו אים, און עס װעט זיך אלץ אין ארדענונג, דערװייל האב איך גענומען גרייטן זיך צום אװעקגײן און געפאדערט פון מיך באלעבאסטע, אז זי זאל מיר באצאלן פאר א יאר ארבעט. אבער זי איז ארײנגעפאלן אין א רציחה און גענומען מיך באװארפן מיט קללות און זידלערײען • זי האט געשריגן, אז עס איז א חוצפה פון מיך זײט צו פאדערן באצאלט. ״האסטו נישט געפעדעם ביי מיר די גאנצע צײט?״ האט זי מיר פארגעװארפן, ״און צו װאם באדארפסטו בכלל געלט? דו גײסט דאך םײ װי אהין װו מען דארף שוין גארנישט״. איך האב איר דערמאנט, אז מיר זענען מושװה געװארן, אז זי זאל מיר צאלן פאר דער ארבעט 2 מעטער קארטאפ ל א חודש. איך האב געװײנט אץ געבעטן, אז זי זאל מיר כאטש עפעס געבן, װײל איך בין הוי ל אץ נאקעט, אץ דא גײט צו װינטער. אץ אויך אין געטא, װי לאנג איך זאל דארט נישט זיץ, מ ח מען לעבן. אויף דעם האט זי אנגעהויבן מאכן נאך העכערע קולות: ״מאדש, דזוידװוא״, אז

passage_16e95229426f1f67b0071336