Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 376
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1354

372 םםר לוקאװ און וױיטער האלטן בײ זיך יידן, װעט באקומען טױט־שטראף. מיץ באלעבאםטע האט זיך זײער דערשראקן און זי האט מיך אפגעזאגט פון דער ארבעט. די באלעבאסטע האט מיר אויך דערצײלט, אז אין לוקאװ אויפן מארק האט זי זיד דערוױםט װעגן עפעם שרעקלעכם, װאם מען גרײט פאר די לוקאװער ײדן. זי האט מיד זײער באדויערט, זי איז געװען זיכער, אז שוין אויף צו מארגנס גיי איך זיך צושטעלן צו די דײטשן. איר איז געװעןא שאר מיך אפצולאזן. זי האט זיך שוין געהאט צוגעוװינב צו מיר און זי איז געװען צופריח פמ מיץ ארבעט. זי האט זיך פאר מיר פארענטפערט, אז זי װאלט מיך נישט אפגעשאםט, אבער זי האט מורא, װײל אין דארף האט זיא םך שונאים און זײ װעא זי זיכער מםרן צו די דײטשן. איך האב געבעטן, אז זי זאל מיר דערלויבן בלײבן בײ איר נאך עטלעכע טעג, מיט אן אויסרײד, אז איך דארף זיד צוגרײטן רײנע װעש. איך האב באשלאםן נישט צו שטעלן זיך אין שטאט צו דער רעגיסטראציע, נאר אװעק אין אן אנדער דאדף זוכן ארבעט. קעגנאיבער דעם הויז, וװ איך האב געארבעט, האט געװוינטא פויער מיטן נאמען נוזשינםקי. ער פלעגט מיך אפט פרעגן צי איך װײם נישט עפעם פוןא מיידל, װאם איז גרײט צו ארבעטן בײ זײן ברודער אין דארף גאלאמבקי. דערבײ האט ער צוגעגעבן מיט א מאדנעם שמײכל: ״הערםט, איך װיל, אז דאם מײדל זאל זײן ענלעך צו דיר״.

passage_9a2b303a5a0db77b46b23eef
Passage 2normalized OCR · source chars 1356-2728

איצט האב איך באשלאםן אריינצוגיין צו נוזשינסקין און פרעגן װעגן דער ארבעט ביי זיין ברודער. איך האב אים דערציילט, אז איך גיי אװעק פון מײנע איצטיקע באלע■ באטים, וױיל איך וויל זיך אויםבעםערן די באדינגונגען, די באלעבאסטע פײניקט מיך אאז״װ. ער האט מיר צוגעזאגט צו פארן צום ברודער און צו מארגנם װעט ער מײ־ געבן ענטפער. צו מארגנס האט מיר דעד פויער געזאגט, אז זונטיק זאל איך קומען צו אים, און עם װעט זיץ אלץ אין ארדענונג, דערוױיל האב איך גענומען גרײטן זיך צום אװעקגיץ און געפאדערט פון מיץ באלעבאםטע, אז זי זאל מיר באצאלן פארא יאר ארבעט. אבער זי איז ארײנגעפאלן איןא רציחה און גענומען מיך באװארפן מיט קללות און זידלערײען• זי האט געשריגן, אז עם איזא חוצפה פץ מיץ זײט צו פאדעת באצאלט. ״האסטו נישט געפדעםן בײ מיר די גאנצע צײטז״ האט זי מיר פארגעװארפן, ״און צו װאם באדארפסטו בכלל געלטז דו גײםט דאך םײ װי אהין וװ מען דארף שוין גארנישט״. איך האב איר דערמאנט, אז מיר זענען מושװה געװארן, אז זי זאל מיר צאלן פאר דער ארבעט2 מעטער קארטאפלא חודש. איך האב געװײנט אץ געבעטן, אז זי זאל מיר כאטש עפעס געבן, װײל איך בין הויל אץ נאקעט, אץ דא גײט צו װינטער. אץ אויך אין געטא, װי לאנג איך זאל דארט נישט זיץ, מח מען לעבן. אויף דעם האט זי אנגעהויבן מאכן נאך העכערע קולות: ״מאדש, דזוידװוא״, אז

passage_16e95229426f1f67b0071336