Original scan
Original memorial-book scan 379
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1300

םפר לוקןןוו 375 מיר האבן זיד געזעצט עסן אנבייסז האט די באלעבאםטע מיד געפרעגט מיטא קול׳ װאס איז פול געװען מיט רחמנות: ״אננא, האט זיד דיר געחאמט ביי נאכט עפעם נישט גוטס ?״ איד האב איר תיכף געענטפערט׳ אז מיר האט זיד געחלומט װי מען פידט מיץ פאמיליע צום טויט• איד האב איר דערציילט׳ אז איד ביןא יידישע און מיץ משפחה איז אומגעקומען מיטא קורצער צײט צוריק איד בין געבליבן אײנע אאץ• איד האב איבערגעבעטן די באלעבאטים, פאר װאם איד האב גישט באלד דערצײלט װעגן מיץ ײדישקײט, איד האב וױיטער נישט געקענט רעדן.א קװאל פון טרערן האטא שפאר געטאן פון מײנע אויגז אוז איד האב זיד שטאדק צעװײנט אויפן קול• דאן האב איד באמערקט, אז אויד די באלעבאםטע וױינט און דער באלעבאם דרײט זיד אװעק צו דעד װאנט. בײדע האבן מיד אנגעהויבן טרײסטן, אז איד זאל זיד בארױקן. זײ װעלן זען עפעם צו טאן פאר מיר׳ זײ װעלן מיד אומבאדינגט ראטעװען. זי האט מיד צוגעטוליעט צו זיד מיט אירע פארגרעבטע פויערישע הענט, װאם זענען מיר אין דער מינוט געװאח אזוי נאענט און אײגן• איד האב באשלאםן נישט אװעקצוגיץ פון זײ. מיט נײע כוחות ביו איד אװעק צו דער אדבעט אויפן פעלד. מײנע באלעבאטים האבן צװישן זיד באשלאסן, אז זײ װעלן מיד אװעקםירן צום גלח אין שטאט אריץ און מיד אפשמדן.

passage_962d2ab67172018832ebc122
Passage 2normalized OCR · source chars 1302-2906

זונטיק בין איד אװעק מיט מײן באלעבאסטע אין שטאט אריץ. נאכן אפריכטן דאס געבעט אין קאשטשאל, װען אלע זענען אװעק, איז די פויערטע ארײן צום גלח אין קאנצעלאריע זיד באראטן װעגן מיץ ענין. זי האט אים דערצײלט מיץ געשיכטע אץ געבעטן אים, אז ער זאל מיד טויפן. דער גלח איז געװעןא ױנגער מענטש, ער האט נישט לאנג געטראכט און מיד געהײםן ארײנדופן. ער האט אנגעהויבן צוגרײטן דעם טויפונגס־אקט. אבער גראד איז אנגעקומען דער פראבאשטש, און װען ער האט זיד דערװוםט װאם דא קומט פאר, האט ער עס נישט דערלויבט אדורכצופירן. ער האט דערקלערט, אז לעצטנם האט עד באקומעןא פארארדענונג פון דער דײטשער מאכט נישט צו טויפן קײנעם פון די ײדן. ער האט געזאגט, אז מען קען מידא מאל כאפן. מען װעט מיד פײניקן, װעט זי אונדז אויסגעבן. דער יונגער גלח האט אויםגעטאן דעם באנד און בײדע גײסטלעכע האבן מיד געטרייםט, אז אויב איד װעל איבערלעבן די מלחמה׳ און איד װעל דאן װעלן׳ זאל איד קומען צו זײ. דאז ײעל איד געהערן צי יעזום קריםטום׳ קינדער... מיץ באלעבאםטע איז געװארן טרויעריק און װידער אנגע־ הויבן בעטן די גלחים, אז זי װיל רײניקן איר נשמה און בדענגעןא ײד צום קאטוילישו גאיבן. דאן האט דער פראבאשטש איר געגעבן אן עצד״ אז אויב זי װיל דװקא, זאל זי מיד טויפן אויף דער העלפט אין דער הײם. זי זאל מיד אװעקזעצן אויףא קליץ בענקעלע, גיסן איבער מיץ קאפ הײליקע װאסער אין דער פארעם םמא קרייץ און זאגן דערבײ די געהעריקע תפילות. װען די מלחמה װעט זיד ענדיקן, װעלן זײ מיד טויפן אין קאסזטשאל. מיר האבן געדאנקט אץ אװעק אהײם. די באלעבאםטע האט

passage_9875b21c20c4b863b516da68