Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 379
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1300

םפר לוקןןוו 375 מיר האבן זיד געזעצט עסן אנבייסז האט די באלעבאםטע מיד געפרעגט מיטא קול׳ װאס איז פול געװען מיט רחמנות: ״אננא, האט זיד דיר געחאמט ביי נאכט עפעם נישט גוטס ?״ איד האב איר תיכף געענטפערט׳ אז מיר האט זיד געחלומט װי מען פידט מיץ פאמיליע צום טויט• איד האב איר דערציילט׳ אז איד ביןא יידישע און מיץ משפחה איז אומגעקומען מיטא קורצער צײט צוריק איד בין געבליבן אײנע אאץ• איד האב איבערגעבעטן די באלעבאטים, פאר װאם איד האב גישט באלד דערצײלט װעגן מיץ ײדישקײט, איד האב וױיטער נישט געקענט רעדן.א קװאל פון טרערן האטא שפאר געטאן פון מײנע אויגז אוז איד האב זיד שטאדק צעװײנט אויפן קול• דאן האב איד באמערקט, אז אויד די באלעבאםטע וױינט און דער באלעבאם דרײט זיד אװעק צו דעד װאנט. בײדע האבן מיד אנגעהויבן טרײסטן, אז איד זאל זיד בארױקן. זײ װעלן זען עפעם צו טאן פאר מיר׳ זײ װעלן מיד אומבאדינגט ראטעװען. זי האט מיד צוגעטוליעט צו זיד מיט אירע פארגרעבטע פויערישע הענט, װאם זענען מיר אין דער מינוט געװאח אזוי נאענט און אײגן• איד האב באשלאםן נישט אװעקצוגיץ פון זײ. מיט נײע כוחות ביו איד אװעק צו דער אדבעט אויפן פעלד. מײנע באלעבאטים האבן צװישן זיד באשלאסן, אז זײ װעלן מיד אװעקםירן צום גלח אין שטאט אריץ און מיד אפשמדן.

passage_962d2ab67172018832ebc122
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1302-2906

זונטיק בין איך דאװעק מיט מײן באלעבאסטע אין שטאט אריץ. נאכן אפריכטן דאס געבעט אין קאשטשאל, װען אלע זענען אװעק, איז די פויערטע ארײן צום גלח אין קאנצעלאריע זיך באראטן װעגן מיץ ענין. זי האט אים דערצײלט מיץ געשיכטע און געבעטן אים, אז ער זאל מיד טויפן. דער גלח איז געװען א יונגער מענטש, ער האט נישט לאנג געטראכט און מיד געהײםן ארײנדופן. ער האט אנגעהויבן צוגרײטן דעם טויפונגס־אקט. אבער גראד איז אנגעקומען דער פראבאשטש, און װען ער האט זיך דערװוסט װאס דא קומט פאר, האט ער עס נישט דערלויבט אדורכצופירן. ער האט דערקלערט, אז לעצטנס האט ער באקומען א פארארדענונג פון דער דײטשער מאכט נישט צו טויפן קײנעם פון די ײדן. ער האט געזאגט, אז מען קען מיד א מאל כאפן. מען װעט מיד פײניקן, װעט זי אונז אויסגעבן. דער יונגער גלח האט אויםגעטאן דעם באנד און בײדע גײסטלעכע האבן מיד געטרייסט, אז אויב איך װעל איבערלעבן די מלחמה׳ און איך װעל דאן װעלן ׳ זאל איך קומען צו זײ. דא זײל איך געהערן צי יעזום קריםטום׳ קינדער... מיץ באלעבאסטע איז געװארן טרויעריק און װידער אנגעהויבן בעטן די גלחים, אז זי װיל רײניקן איר נשמה און בדענגן א ייד צום קאטוילישו גאיבן. דאן האט דער פראבאשטש איר געגעבן אן עצה״ אז אויב זי װיל דוקא, זאל זי מיד טויפן אויף דער העלפט אין דער הײם. זי זאל מיד אװעקזעצן אויף א קליץ בענקעלע, גיסן איבער מיץ קאפ הײליקע װאסער אין דער פארעם ם מ א קרײץ און זאגן דערבײ די געהעריקע תפילות. װען די מלחמה װעט זיך ענדיקן, װעלן זײ מיד טויפן אין קאסזטשאל. מיר האבן געדאנקט און אװעק אהײם. די באלעבאסטע האט

passage_9875b21c20c4b863b516da68