םסר לוקאװ 377 געװיזן, אז זי האט שוין אן אנדער דינסטמיידל. זי האט מיר דערציילט, אז אין לוקאװ איז פארגעקומען אן ״אקציע״ און איצט קומט פאר אין דער געגנט אן אבלאװע, װײל א םך יידן פון לוקאװ זענען זיך צעלאפן איבער די דערפער און אין די װעלדער ארי?. אויך אין דעם דארף קומט כסדר צו פאח דייטשן און זוכן יידן. זי האט דעריבער מורא מיך צו האלטן אפילו איין נאכט. איך האב זי געבעטן, אז זי זאל מיך ערגעץ באהאלטן אויף א טאג־צװײ, ביז איך װעל קומען צו זיך׳ און דאן װעל איך גלײך אװעק. זי האט מיר דערלויבט צו באיבן ביי זיך צװײ טעג און דערנאך בין איך װידער אװעק זוכן ארבעט. איך בין דעמאלט געװען װארעם אנגעטאן און אויסגעזען װי אן אמתע פויערטע, כאטש איך האב נישט געוװםט װו צו שטעלן דעם ערשטן טראט, בין איך דאך אװעק אויף א צען קילאמעטער, ביז איך בין אנגעקומען אין א דארף מיטן נאמען זשימקי. איך בין אריין אין דער ערשטער בעסטער כאלופא און געפרעגט צי מען דארף נישט עמעצן צו דער ארבעט. מען האט מיך געשיקט צום פויעד זשימאװסקי און יענער האט מיך גלײך צוגענומען. אין שטוב ביי אים איז קיץ פרוי נישט געװען, נאר 2 קליינע קינדער. דער באלע־
באם האט מיר דערצײלט, אז זי? װײב געפינט זיך אין שפיטאל און זי װעט אהײמקו־ מען איןא צװיי װאכן ארום. איך האב זיך גענומען צו דער ארבעט. איך האב אפגע־ קאכט מיטאג, געגעבן אלעמען אפצועסן. די קינדער האב איך אפגעװאשן. זײ זענען געװען דיער שמוציק. איך האב דאס גאנצע שטיבל געבראכט אין ארדענונג אוןא מידע האב איך געלײגט זיך שלאפן.
אין דער פדינאכ ן אנבײם ן איז זשימאװסקי אװעק אין דארף ארי? און איך האב גענומען צורוימען אין שטוב. פלוצלונג האב איך דערזען װי דער פויער איז אריץ אין שטוב שרעקלעך אויפגערעגט. ער האט מיך באלד געפרעגט צי איך בין א זשי־ דװוקע. איך האב אים געפרװוט ענטפערן רויק, אז איך בין א פאלקע, אבער ער האט כםדר געשדיגן, אז ער האלט נישט בײ זיך אין שטוב קיץ זשידװוקעם. א דערשראקענע האב איך גענומען אנטאן דעם פאלטן. דער פויער האט זיך געקאכט און געפרעגמ פץ װאנען איך האב אזא גוטן פאלטן. ״דו האסט אים אװדאי געגנבעט ביי פאליאקז׳ און צו מיר ביסטו אויך געקומען כדי מיך צו באראבעװען״. ער האט זיך געװארמסן אויף מיר און מיך אנגעהויבן שלאגן. איך האב גענומען שרײען און רופן הילף. דאן האט ער געכאפט א גראבן שטעקן און אנגעהויבן מיך באלײגן מיט קלעפ. איך האב געװײנט אץ זיך געבעט בײ אים, אז ער זאל מיר שענקען דאס לעבן, אבער עד האט מיך אן אויפהער מערדערלעך געשלאגן ביז איך בין געפאלן אין חלשות. דאן האט ער מיך אפגעגאםן מיט אן עמע ר קאלט װאםער אץ מיך ״אפגעמינטערט״. ער האט מיך געהײסן גיץ אץ געװארנט, אז אויב ער װעט מיך נאך א מאל כאפן, אדער עמעצן פון ״מײנע״, װעט ער אים נישט ארויםלאץ קיץ לעבעדיקן • מיט די לעצטע כוחות האב איך זיך אויפגעהויבן און געפרװוט צונויפנעמען מײגע זאכן. אבער דער זשימאװסקי האט מיר װידער א זעץ געטאן אין פגי ם און בלוט האט