Original scan
Original memorial-book scan 382
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-654

378 סםר לוקןן װ זיד אנגעהויבן מיר גיםן פון דער נאז. ער האט ביי מיר אראפגעצויגן די װאלענע זאקז׳ װאם די גוטע באלעבאםטע האט מיר געגעבן • ער האט ביי מיר צוגענומען דאס קלײד׳ דעם פאלטן מיטן טיכל. אנשטאט דעם אלעם האט ער מיר געגעבן עפעס א צעריםענע שמאטע און אזוי בין איך ארויס פון דעם רוצחם שטוב. א צעשלאגענע אמא הוילע בין איך געגאנגען נישט װיסנדיק אלי? װוהין די אויגז טראגן. ם׳איז געװען דעצעמבער און ע□ האט געיאגט א שטארקע שנײ־זאװע־ רוכע. די שיך זענען געװען באקלעפט מיט שניי. איך בין קוים געגאנגען און נישט געװוסט װו איך געפין זיך׳ כאטש דאס דארף איז מיר געװען באקאנט.

passage_e967c70a868ea45c3a29102d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 656-1948

איך בין צו צוצואכאטע, ארײן אינעװײניק און געבעטן׳ אז מען זאל מיד לאזן א ביסל אנװארעמען׳ װײל איך בין אין גאנצן געפרוירן. די באלעבאמטע, אן עלטערע פויערטע׳ האט אויף מיר רחמנות געקריגן. זי האט ארויםגעקוקט אין גאס ארי?, צי קײנער האט מיך נישט באמערקט און זי האט באלד צוגעשטעלט װארעמען מילך. זי האט מיר דערלאנגט א טעפל הײמע מילך מיט א שטיקל ברויט. זי האט מיך אויסגע־ פרעגט װער איך בין א ח פאר װאם איך בין נאקעט און צעשלאגן. איך האב איר דער־ צײלט װאם דער פויער זשימאװםקי האט מיר געטאן. די פויערטע האט שטארק מיט־ געפילט מיט מיר און אויסגעזוכט פאר מיר אן אלטן פאלטן. זי האט מיר אנגעזאגט׳ אז איך זאל קײנעם נישט דערציילן. זי האט מיר נאך מיטגעגעבן א שטיקל בדוי ט און מיר געװיזן א זײטיקן װעג קײן גאלאמבקי. מיטן דארף צו גיין איז געפערלעך װײל זשאנ־ דארן קענען מיך כאפן. איך בין אװעק און מיר איז געװען א ביסל װארעמער׳ אבער איך האב נישט געדענקט דעם װעג׳ װאם די פויערטע האט מיר אויסגעמשלט. איך האב אנגעהויבן בלאנדזשען איבער פארשנײטע פעלדער. דער שנײ האט זיך געקלעפט צו די שיך. איך האב געפילט, אז איך פארליר די כוחות׳ אבער איך האב פארביסן די צײן. איך האב געװוסט׳ אז אויב איך פאל אדער איך רו זיך אפ, װעל איך שוין דא בלײבן.

passage_191754f63a9287868259252d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1950-2963

דער שנײ האט אן אױפהער געשאטן און איך האב געטראכט נאר אײנס: דערגײן צום דארף גאלאמבקי. דארט װעל איך זיך שוין ארײנכאפן אין עפעס א סטאדאלע און באהאלטן זיך אין הײ אדער אין שטרוי. װאס מער איך בין געגאנגען, אלץ פרעמדער האט מיד אויסגעזען די געגנט. דערװײל איז געװארן נאכט. קיץ סימן פון ליכט איז אין ערגעץ גישט צו זען. ענדלעך האב איך דערזען עפעס א פויערישע געבײדע. איך האב זיך צוגעשלעפט צו א םטא־ דאלע און אנגעהויבן זוכן א טיר. אומגעריכט איז ארויםגעשפרונגען פון ערגעץ א הונט און ײך געװארפן אויף מיר. איך האב אנגעהויבן שרעקלעך צו שדײען און זיך צו װעח. פץ דער כאטע איז ארויםגעקומען א פויער און מיט א שטעקן האט ער פאריאגט דעם הונט. איך האב דערצײלט דעם פויער׳אז איך האב פארבלאנדזשעט׳אז איך זוך דעם דארף גאלאמבקי און איך דארף צום פויער נוזשעװםקי. דער פויער האט מיר גע־ זאגט׳אז איך זאל איצט אין ערגעץ נישט גיץ׳וװײל די דארפס־היגט זענען שוין איצמ אפגעלאזט און זײ װעלן מיר צערײסן.

passage_90c4e32651c80c4d94b849ef