Original scan
Original memorial-book scan 383
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1160

םםר לוקא וו 379 איך האב דערזען די סטאדאלע פממי? געװעזענער באלעבאסטע. איך האב געהאט בלויז אײן פארלאנג: ארײנבאפן זיך אין דער סטאדאלע און איעגראבן זיד אין הײ• איך האב גוט געקענט די סטאדאלע און זיך ארײנגעגנבעט אהין אומבאמערקט: איך בין אריץ אין הײ און באלד אײנגעשלאפן. װי לאנג איך בין געשלאפן, וױיס איך נישט. װען איך האב זיך אויפגעכאפט האב איך געהערט װי די באלעבאסטע רופט צונויף די הינער. ם׳איז װידער געװען פאר נאכט. איך האב ערשט אנגעהויבן צו דערפילן די װייטיק אין מיץ גאנצן לײב. איך האב געפרװווט אויפשטיץ׳, אבער א שאר־ פער װייטיק אין די פיס האט מיך נישט געלאזט זיך אויפהייבן. עס האט מיך גענומען נאגן דער הועער און איך האב אנגעהויבן מקנא דין די הינע.־, די חזירים, די קו, װאם װערן באזארגט מיט עסן. פץ הונגער איז מיר פינצטער געװארן אין די אויגן. צו די נוזשינםקים האב איך מורא געהאט ארײנצוגיץ, זײ זאלן מיך נישט ארויסטרײבן פון דער סטאדאלע. דא, אין הײ איז מיר געװען װארעם. אבער דערבײ האב איך געפילט װי מויזנטער מוראשקעם װאלטן מיר ארומגעקראכן בײם הארץ און געצויגן. פון מיד־ קײט בין איך ווידער אײנגעשלאפן.

passage_869f9cb08885ad08015d3153
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1162-2447

װען איך האב זיך אויפגעװעקט האב איך דערזען דורך די שפארעם, אז עס הײבט שוין אן צו טאגן. איך האב באשלאסן ארײנצוגײן צו דער באלעבאסטע אין כאטע. איך האב זיך אדויםגעכאפט פון הױ און זיך געפרוװט אויפשטעלן, אבער איך בין נישט געװען בכוח. איך האב א קוק געטאן אויף מיינע פיס און זיך דערשראקן. זײ זענען געװען צערימן און פארװונדעט. פון אײן װונד איז גערונען בלוט. דאם איז זיכער געװען פון דעם הונט. םוף כל םוף בץ איך דאך ארײן צו דער פויערטע אין שטוב. עס איז שוין געװען 7 א זײגער אין דער פרי. די באלעבאסטע האט זיך דערשראקן װען זי האט מיך דערזען אין מיץ הילוך. איך האב איר אלץ דעדצײלט װאס מיט מיר איז געשען אין דער לעצטער צײט. איך האב איר אויך געזאגט, אז שוין צװײ טעג ליג איך אין איר םטאדאלע א הונגעריקע. איך האב איר געבעטן, אז זי זאל מיך לאזן זײן אין דער םטאדאלע נאך עטליכע טעג ביז איך װעל קומען צו זיך, און אפשר האט זי אויך עפעס א מלבוש פאר מיר. די באלע־ באםטע האט מיר געמאכט אן ארט צום שלאפן אויפן בוידעם, געגעבן מיר מיט װאם זיך צוצודעקן און דרײ מאל אין טאג געבראכט מיר עסן. אבער דאס אלץ איז מײ נישט באקומען װען איך האב געטראכט, אז שױן אין גיכן װעל איך מוזן פארלאזו דאם ארט און װידער װאנדער. װוהין ז[assistantburugburu]

passage_edf3c731814cdcd65f39e3b0
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2449-2978

אויפן פערט ן טא ג בין איך אראפ פון בוידעם. די פויערטע האט מיר געגעבן עפעס אנצוטאן און אױך א האל ב ברויט. דערבײ האט זי מיך געבעטן, אז איך זאל זי נישט אויסגעבן אויב מען װעט מיך, חלילה, כאפן. בײם געזעגענען זיך מיט מיר האט זי נאך געזאגט, אז אין לוקאװ געפינען זיך װידע ד אבים ל ײד ן און עס איז דארט פאראן א געטא. איך האב באשלאסן אװעקגי ץ אין לוקאװער געטא. אויפן װעג האט מיך געטראםן א פױער און געפרעגט װער איך בין און װוהין איך גײ. איך האב אים רוי ק געענטפערט,

passage_7012b4eb9308f6f6894fdf2c