Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 381
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1186

םסר לוקאװ 377 געװיזן, אז זי האט שוין אן אנדער דינסטמיידל. זי האט מיר דערציילט, אז אין לוקאװ איז פארגעקומען אן ״אקציע״ און איצט קומט פאר אין דער געגנט אן אבלאװע, וױיל א םך יידן פון לוקאװ זענען זיד צעלאפן איבער די דערפער און אין די װעלדער ארי?. אויך אין דעם דארף קומען כסדר צו פאח דייטשן און זוכן יידן. זי האט דעריבער מורא מיך צו האלטן אפילו איין נאכט. איך האב זי געבעטן, אז זי זאל מיך ערגעץ באהאלטן אויףא טאג־צװײ, ביז איך װעל קומען צו זיך׳ און דאן װעל איך גלײך אװעק. זי האט מיר דערלויבט צו באיבן בײ זיך צװײ טעג און דערנאך בין איך װידער אװעק זוכן ארבעט. איך בין דעמאלט געװען װארעם אנגעטאן און אויםגעזען װי אן אמתע פויערטע, כאטש איך האב נישט געוװםט וװ צו שטעלן דעם ערשטן טראט, בין איך דאך אװעק אויףא צען קילאמעטער, ביז איך בין אנגעקומען איןא דארף מיטן נאמען זשימקי. איך בין אריין אין דער ערשטער בעסטער כאלופע און געפרעגט צי מען דארף נישט עמעצן צו דער ארבעט. מען האט מיך געשיקט צום פויעד זשימאװסקי און יענער האט מיך גלײך צוגענומען. אין שטוב בײ אים איז קיץ פרוי נישט געװען׳ נאר2 קלײנע קינדער. דער באלע־

passage_b2dceedc38e8d97a31d971aa
Passage 2normalized OCR · source chars 1188-1564

באם האט מיר דערצײלט, אז זי? װײב געפינט זיך אין שפיטאל און זי װעט אהײמקו־ מען איןא צװיי װאכן ארום. איך האב זיך גענומען צו דער ארבעט. איך האב אפגע־ קאכט מיטאג, געגעבן אלעמען אפצועסן. די קינדער האב איך אפגעװאשן. זײ זענען געװען דיער שמוציק. איך האב דאס גאנצע שטיבל געבראכט אין ארדענונג אוןא מידע האב איך געלײגט זיך שלאפן.

passage_80cf515cd713590411d06e2b
Passage 3normalized OCR · source chars 1566-2977

אין דער פדי נאכן אנבײםן איז זשימאװסקי אװעק אין דארף ארי? און איך האב גענומען צורוימען אין שטוב. פלוצלונג האב איך דערזען װי דער פויער איז אריץ אין שטוב שרעקלעך אויפגערעגט. ער האט מיך באלד געפרעגט צי איך ביןא זשי־ דװוקע. איך האב אים געפרװוט ענטפערן רויק, אז איך ביןא פאלקע, אבער ער האט כםדר געשדיגן, אז ער האלט נישט בײ זיך אין שטוב קיץ זשידװוקעם.א דערשראקענע האב איך גענומען אנטאן דעם פאלטן. דער פויער האט זיך געקאכט און געפרעגמ פץ װאנען איך האב אזא גוטן פאלטן. ״דו האםט אים אװדאי געגנבעט ביי פאליאקז׳ און צו מיר ביסטו אויך געקומען כדי מיך צו באראבעװען״. ער האט זיך געװארםן אויף מיר און מיך אנגעהויבן שלאגן. איך האב גענומען שרײען און רופן הילף. דאן האט ער געכאפטא גראבן שטעקן און אנגעהויבן מיך באלײגן מיט קלעפ. איך האב געװײנט אץ זיך געבעטן בײ אים, אז ער זאל מיר שענקען דאס לעבן, אבער עד האט מיך אן אויפהער מערדערלעך געשלאגן ביז איך בין געפאלן אין חלשות. דאן האט ער מיך אפגעגאםן מיט אן עמער קאלט װאםער אץ מיך ״אפגעמינטערט״. ער האט מיך געהײסן גיץ אץ געװארנט, אז אויב ער װעט מיך נאךא מאל כאפן, אדער עמעצן פון ״מײנע״, װעט ער אים נישט ארויםלאץ קיץ לעבעדיקן• מיט די לעצטע כוחות האב איך זיך אויפגעהויבן און געפרװוט צונויפנעמען מײגע זאכן. אבעד דער זשימאװסקי האט מיר װידערא זעץ געטאן אין פגים און בלוט האט

passage_8b98ca32670a6dd07966f395