Original scan
Original memorial-book scan 39
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1264

סםר לוקןן װ צ3 דער לוקאײער ״פראגרעסיסט״ איידער מיר װעלן דערציילן װעגן דעם אײגנארטיקן לוקאװער ״פראגרעםיםט״, װעלן מיר, קוד םכל, שילדערן װעגן דעם מצב פון די ײדן אין פוילן • װארעם בלױז צרות האבֿן געקענט האבן אזא װירקונג אױף דעם פארשטאנד פון א מענטש. דער ײדישער מצב אין פוילן איז פון תמיד אן געװען א שװערער. יידן האבֿן געדארפט קעמפן פאר זײער רעכט צו פארדינען אױף א שטיקל ברויט. אלע קלאסן זענען געװען פאראײניקט קעגן דעם ײד. דער פוילישער םוחר האט געזען אין ײד א געפערלעכן קאנקורענט. האבֿן די פוילישע םוחרים זיך באמיט צו דערוױיטערן ײדן פון דער שטאט (אויםער די געטא־מויעח), כדי די באפעלקערונג זאל זיץ געצװונגען צו קויפן בלװז בײ פאליאקן. גואישע צעכן האבֿן נישט געװאלט צולאזן ײדן צו מלאכות, דער אדל האט זיך באמיט צו דערוױיטערן ײדן פון מלוכהשע ארענדעס אאז״װ. ספעציעל ש־לעכט איז געװען די לאגע פון ד־ ײדן, װען די פוילישע מלוכה האט זיך אנגעהויבן װאקלען צוליב די אפטע אינערלעכע מלחמות. דער אויטאריטעט פון קעניג איז מער נישט געװען אזוי שטארק. ם׳האט געהע,־ש ט אנארכיע, ם׳איז געװען א מצב פון ״איש הישר בעיניו יעשה״. האט מען פון אלע זײטן שיקאנירט די ײדן און זײ דערפירט צו א מצב פון בעטלערס און ארעמע שענקארעם.

passage_11c9a8bd7140ffbbc5629b82
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1266-2407

אין די יארן פון פוילן צעטיילונג צווישן די דריי מאכטן: רוסלאנד, עסטרייך אץ פרייסן (1796—1772), איז דער עקאנאמישער און רעכטלעכער מצב פון די אידן געווארן אומדערטרעגליך און די עפנטלעכע מיינונג האט זיך שטארק אנגעהויבן בא- שעפטיקן מיט זייער מצב. פוילישע ליבעראלע מנהיגים — זיי זענען געווען א קליינע מינדערהייט — האבן פארגעשלאגן פלענער, ווי אזוי צו ליתן די אידן־פראגע אין פוילן. אבער אפילו זיי האבן געפאדערט א הויכן פרייז פאר דעם: דער סוף־פםוק פון זייער פרייז איז געווען אסימילאציע. ביני לביני איז פוילן געווארן צעטיילט און אויפגעהערט עקזיסטירן, און קורץ נאך דעם איז אויפגעגאנגען א נייער שטערן אויפן פאליטישן האריזאנט — נאפאלעאן באנאפארטע. אין 1807 איז געשלאסן געווארן דער אפמאך אין טילזיט, וואס האט צוריקגעשטעלט דעם װארשעווער פירשטנטום אויף א טייל פון דער געוועזענער פוילישער טעריטאריע. אידן האבן אויסגענומען פוילנס אויפריכטונג מיט גרויס פרייד און האפענונג. נאפאלעאן איז געווען דער אנזאגער פון פרייהייט און בירגערלעכער גלייכבארעכטיקונג. אידן האבן געהאפט, אז אויך זייער שעה פון באסריױנג איז געקומען און זיי װעלן איצט װערן בירגער פונעם לאנד.

passage_c900af5fdb25400cd1ab6b80
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2409-2657

אמת, יידישע רעליגיעזע פירערס זענען נישט געווען שטארק אנטציקט פון דער קומענדיקער פרייהייט. זיי האבן געזען, אז זי איז פרייהייט מיט א תנאי — א פארבינדונג, וואס האט זיי געשראקן. זיי האבן מורא געהאט, אז ם׳וועט פירן צו אסימילאציע

passage_bf7e3e83fbdb8ecc89df7b53