Original scan
Original memorial-book scan 392
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1371

388 םםר לוקא װ צוגעגרײט א בונקער. מען האט אונז אײנגעטײלט אין 4 גרופעס און יעדע ד אײנער פון די פיר געקומענע האט גענומען פירן זײן גרופע. די גרופעס זענען אװעק מיט איבער־ רײסן פון עטליכע מינוט. צום גליק איז די נאכט געװען א פינצטערע און דערפאר האבן מיר רװק זיך געקענט ארױסגנבענען פון לוקאװ. הינטער דער שטאט האבן מיד אנגעטראפן אויף א װאסערל און מיר זענען צוגעפאלן דערצו, כאטש עס האט זיך געפילט דערפון נישט קיץ גוטער טעם. מיר זענען אװעק װײטער. נאך דער ערשטער אויפפרישונג האב איך דערפילט א שטארקע מידקײט. איך האב קױס געשלעפט די פיס, פאר די אויגן האבן זיך געדזײי ט פײערדיקע רעדער. מעגלעך, אז דאס נישט פרישע װאסער האט מיר געשאדט. עס האט אנגד,ויבן טאגן. די הענען האבן געקרײט אין די ארומיקע דערפער. ענדלעך האבן מיר דערזען פאר זיך דעם װאלד. ״דערליחעד אונדזערער״, האבן מיר געבעט בײם װאלד, ״זײ פאר אונז א מאמע און טולי אונז איץ. באהאלט אונז פון אלע סכנות און שרעקן״.. . אין װאלד דער בונקער האט זיך געפונען אין טיפן געדיכטן װאלד און ער איז געװען צוגע־ דעקט מיט צװייגן. מיר האבן זיך אראפגעלאזט אין דער טיפ. כאטש דארט איז געװען ענג, דאך זענען מיר געװען גליקלעך, װאס מיר האבן כאטש דערװײל װו זיך צו בא־ האלטן. ברויט איז געװען צוגעגרײט פאר אונדז. מיר האבן עפעס אפגעגעםן און גלײך אײנגעשלאסן.

passage_9604df861ccf2b94d59eebea
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1373-2345

19 פערזאן זענען מיר געווען אין בונקער. מיר זענען געווארן װי אײן משפחד״ו װ אלע זענען גרייט געווען צו שלאגן זיך פאר אײנעם, און אײנער פאר אלע. מיר זענען שוין דעם דריטן טאג אין װאלד, מיר זענען שוין א ביסל געקומען צו זיך און אויסגערוט. די לופֿט איז א מחיהדיקע. ם׳איז פרילינג. מיר הייבן אן צו פילן זיך פרײער. יעדן אװנט גייט אוועק פון אונדז א גרופע פון 4 פערזאן אין דעם נאענטן דארף צו די פויערים, כדי צו שאפן עםן. פץ אנדדי ב האבן די פויערים אונדז גארנישט געװאלט געבן. זײ האבן פאר אונדז גישט קיץ מורא געד׳אט, װייַל זײ האבן אונז געזען נישט באװאפנטע. זײ האבן אפילו געדראט, אז זײ װעלן אונדז אויסגעבן די דײטשן. מיר האבן איינגעזען, אז אן געװער װעא מיר לאנג נישט אויסהאלטן. די פויערים קענען קומען אין װאלד זוכן. צװישן אונדז האט זיך געפונען א מיטלװוקסיקער יונגערמאן, זייער א דרײםטער. מען האט אים גערופן יאסל. געשטאמט האט ער םון שעדלעץ, אבער אין דער לעצטער

passage_5c831d8cbeeb6ea8da82f187