Original scan
Original memorial-book scan 393
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1191

םפר לוקאוו 389 צײט האט ער זיך געפונען אין לוקאמער געטא. יאסל האט געהאט באקאנטע פאליאקן אין לוקאװ און ער האט באשלאסן אװעקצוגײן צו זיי אװ איעשאפן זידא ביםל געװער. מיר האבן צונויפגעצומען דאם לעצטע ביםל געלט, װאס מיר האבן פארמאגט און עס איבערגעגעבן יאםלען■ דעם 15טן מאי איז יאסל אװעק אין שטאט ארי?. ער האט געקויפטא ביקס. זי איז נישט געװען קיץ גוטע און זי האט זיך פארהאקט בײם שיםן׳ אבער ם׳איז געװען בעסער װי גארנישט. דער פאליאק האט אים געזאגט׳ אז ער האט נאך עטלעכע רעװאל־ װערן מיט קוילן׳ פאר װעלכע ער האט געפאדערטא גרויםע םומע געלט. מיר האבן באשלאסן׳ אז װער פון אונדז עס האט נאר עפעםא בעסער מלבוש׳ װעט עס אװעקגעבן׳ כדי מען זאל קענען קויפן די רעװאלװערן. מיר האבן אראפגענומען פון די הענט די פינגערלעך׳ אויסגעטאן די אוירינגלעך׳ אץ װידער איז יאםל אװעק קײן לוקאװ׳ כדי צו ברענגען די רעװאלװערן• א מאדנע פרײד האט אונדז באהערשט װען מיר האבן באקומען דאם געװער. מיר האבן אין גאנצן װי פארגעםן אין װאם פארא םיטואציע מיר געפינען זיך. מיר האבן זיך שוין פארגעשטעלט װי מיר רוימען אפ פון וועג די דייטשן און זײערע פוילישע אונטערהעלפער.

passage_ed26b2921d8b67f425501a8e
Passage 2normalized OCR · source chars 1193-2394

װי נאר ס׳איז צוגעפאלן דער אוונט האטא גרופע פון4 פערזאן גענומען זיך גדײטן אין װעג אריץ׳ אין דארף גאלאמבקי׳ כדי צו ברענגען פון דארט עםן. צום ערשכן מאל זענען די אװעק באװאפנט. זײ זענען אװעק צוא פויערטע׳ װאם האט מיט א צײט צוריק זײ גארנישט געװאלט געבן און געשריגן׳ אז זי װעט מעלה װעגן זײ דעם װאיט. אבער איצט׳ דערזעענדיק די ביקס׳ האט זי אלץ געגעבן׳ אבי זיי זאלן װאם גיכער אװעק פון שטוב. אזוי ארום האבן מיר זיך אײנגעשאפט ברויט׳ וװרשט׳ פוטער און אנדערע גוטע זאכן. נישט בלויז האבן מיר נישט געליטן קײן הונגער׳ נאר מיד האבן שוין אפילו אװעקגעלײגט עםנװארג אויף זאפאם. אין דער זעלבער צײט האבן מיר אנגעהויבן טראכטן װעגן איבערטראגן זיך אויף אן אנדער ארט׳ װײל דא קען װערן געםערלעך. דעם 23םטן מאי׳ אין דער פרי׳ האט זיך זײער נאענט פון אונדז דעדהערטא שטארקע שיסעריי. מיר זענען גראד געהאט ארויס פון בונקער. מיר האבן באלד זיך געװארפן אויף דער ערד אץ אנגעהױבן פויזן׳ וװ װער עם האט געקענט. מען האט אן אויפהער געהערטא שיסעױי אץ דאם בילן פון הינט צוזאמען מיט געשױייען. איך בין אריץ איןא געדיכטעניש׳ פון װאנען איך בין שפעטער קוים מיטן לעבן ארוים.

passage_ef881cc8ee35e1a14b473e77
Passage 3normalized OCR · source chars 2396-2878

די אבלאװע האט געדויערט ביז מיטאגצײט. װען ם׳איז שטילער געװארן האבן מיר אנגעהויבן צוקריכן צום בונקער. דארט האבן מיר דערזען אונחער בראך. מיר האבן פארלויח9 פערזאן. מיר האבן זײ צונויפגעקליבן אויף איץ ארט און זײ מקבר געװען. מיר זעגען פארבליבן10 פערזאן. מיר האבן באשלאםן אװעקצוגיץ פון אט דעם אדט צו די קאמנאצקע װעלדער״ בערךא10 קילאמעטער װײטער. באלד נאכן איבערטראגן זיך אויפן נײעם ארט, האבן מיר אנגעהויבן בויען דעם בונקער.

passage_33794d1f834aa7001b4d68c3