Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 393
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1191

םפר לוקאאו 389 צײט האט ער זיך געפונען אין לוקאמער געטא. יאסל האט געהאט באקאנטע פאליאקן אין לוקאװ און ער האט באשלאסן אװעקצוגײן צו זיי א װאיעשאפ ן זיד א ביסל געװער. מיר האבן צונויפגעצומען דאס לעצטע ביסל געלט, װאס מיר האבן פארמאגט און עס איבערגעגעבן יאםלען ■ דעם 15טן מאי איז יאסל אװעק אין שטאט ארי? . ער האט געקויפט א ביקס. זי איז נישט געװען קײץ גוטע און זי האט זיך פארהאק ט בײם שיםן׳ אבער ם׳איז געװען בעסער װי גארנישט. דער פאליאק האט אים געזאגט׳ אז ער האט נאך עטליכע רעװאל־ װערן מיט קוילן׳ פאר װעלכע ער האט געפאדערט א גרויסע םומע געלט. מיר האבן באשלאסן׳ אז װער פון אונז עס האט נאר עפעס א בעסערע מלבוש׳ װעט עס אװעקגעבן׳ כדי מען זאל קענען קויפן די רעװאלװערן. מיר האבן אראפגענומען פון די הענט די פינגערלעך׳ אויסגעטאן די אויערינגלעך׳ א ץ ווידער איז יאםל אװעק קײן לוקאװ׳ כדי צו ברענגען די רעװאלװערן • א מאדנע פרײד האט אונז באהערשט װען מיר האבן באקומען דאס געװער. מיר האבן אין גאנצן װי פארגעסן אין װאם פאר א סיטואציע מיר געפינען זיך. מיר האבן זיך שוין פארגעשטעלט װי מיר רוימען אפ פון וועג די דײטשן און זײערע פוילישע אונטערהעלפער.

passage_ed26b2921d8b67f425501a8e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1193-2394

װי נאר ס׳איז צוגעפאלן דער אוונט האט א גרופע פון 4 פערזאן גענומען זיך גדײטן אין װעג אריץ׳ אין דארף גאלאמבקי׳ כדי צו ברענגען פון דארט עםן. צום ערשטן מאל זענען די אװעק באװאפנט. זײ זענען אװעק צו א פויערטע׳ װאם האט מיט א צײט צוריק זײ גארנישט געװאלט געבן און געשריגן׳ אז זי װעט מעלדן װעגן זײ דעם װאיט. אבער איצט׳ דערזעענדיק די ביקס׳ האט זי אלץ געגעבן׳ אבי זיי זאלן װאם גיכער אװעק פון שטוב. אזוי ארום האבן מיר זיך אײנגעשאפ ט ברויט׳ װורשט׳ פוטער און אנדערע גוטע זאכן. נישט בלויז האבן מיר נישט געליטן קײן הונגער׳ נאר מיד האבן שוין אפילו אװעקגעלײגט עםנװארג אויף זאפאם. אין דער זעלבער צײט האבן מיר אנגעהויבן טראכטן װעגן איבערטראגן זיך אויף אן אנדער ארט׳ װײל דא קען װערן געםערלעך. דעם 23טן מאי׳ אין דער פרי׳ האט זיך זײער נאענט פון אונז דעדהערט א שטארקע שיסעריי. מיר זענען גראד געהאט ארויס פון בונקער. מיר האבן באלד זיך געװארפן אויף דער ערד אץ אנגעהויבן פויזן׳ װו װער עס האט געקענט. מען האט אן אויפהער געהערט א שיסעױי אץ דאם בילן פון הינט צוזאמען מיט געשױייען. איך בין אריץ אין א געדיכטעניש׳ פון װאנען איך בין שפעטע ר קוים מיטן לעבן ארוים.

passage_ef881cc8ee35e1a14b473e77
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2396-2878

די אבלאװע האט געדויערט ביז מיטאגצײט. װען ם׳איז שטילער געװארן האבן מיר אנגעהויבן צוקריכן צום בונקער. דארט האבן מיר דערזען אונחער בראך. מיר האבן פארלויח 9 פערזאן. מיר האבן זײ צונויפגעקליבן אויף אײץ ארט און זײ מקבר געװען . מיר זעגן פארבליבן 10 פערזאן. מיר האבן באשלאסן אװעקצוגײן פון אט דעם ארט צו די קאמנאצקע װעלדער ״ בערך א 10 קילאמעטער װײטער. באלד נאכן איבערטראגן זיך אויפן נײעם ארט, האבן מיר אנגעהויבן בויען דעם בונקער.

passage_33794d1f834aa7001b4d68c3