Original scan
Original memorial-book scan 398
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1329

394 סםר לוקא װ איך בין געלעגן רואיק און זיד נישט גערירט פון ארט׳ כאטש די קעלט האט מיד געפײניקט • דערנאד איז שטיל געװארן אין װאלד. װאם טוט מען װייטער ז װער װעט מיד ארײנלאזן צו זיד ז װער פון די פאליאקן װעט װעלן ראטעװע ז א ײדיש קינד ז דער שטארקער װילן צו לעבן האט מיד נישט געלאזט ליגן אין װאלד׳ װאי ד װאלט געפונען דעם טויט • איד האב זיד געלאזט אין װעג אריץ מיטן פעםטן באשלוס אגצוקומען קיץ גאלאמבקי א ח בעטן די נוזשינםקים׳ אז זיי זאלן מיד ראטעװען • ארום ניץ אזײגער אין אװגט ביז איד אנגעקומען צו די נוזשינסקי ם קיץ גאלאמבקי. אויסהיטנדיק זיד שטארק בין איד מיט טויט־שרעק געשטאנען פארן טויער פון מײן געװעזענעם בעל־הבית. דער הינט בילט און רײמט זיד פון דער קײט. מיט סלינקע טריט גײ איד אריץ אין הויף. איד קלאפט׳ נישט דרייםט׳ אין דער טיר. כ׳הער שוין װי מ׳פרעגט ״װער איזז״ איד האב אנגערופן מיץ נאמען. נוזשינםקי האט געעפנט די טיר. עם איז גראד געװען בײם אװגטברויט. אין שטוב איז געװען׳ א חוץ דעם פויער מיט דער פויערטע׳ א פאראבעק און א דינםט. זײ האבן מיו גלײד פארבעטן צום טיש. די פרוי האט אנגעגאסן פאר מיר א שיםל מיט זופ און צוגעגעבן א שטיק ברויט • איד האב געמוזט שרעקלעד אויסזען׳ װײל אלע האבן נישט אראפגענומען די אויגן פון מיר׳ באקוקנדיק מיד מיט רחמנות.

passage_5c6ee45d50845ffecf0daefe
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1331-2420

טרערן זענען מיר געשטאנען אין די אויגן פאר פרײד. נוזשינסקי האט געזאגט׳ אז איך זאל שנעל אויפעסן און אװעק פון שטוב׳ װײל עמעצער פון די שכנים קען אנקומען און דאן בין איך פארפאלן. די באלעבאםטע האט אבער פארשלאסן די טיר און דער פאראבעק איז ארויס דורכן פענצטער קוקן צי קײנער קומט נישט אן. איך האב זיך באמיט צו עסן װאם שנעלער • איך האב געשלונגען און א װארעמקײט האט זיך צעגאסן איבער מיר. ווען איך האב פארענדיקט דאס עסן׳ האב איך זיך אויפגעשטעלט און באדאנקט די גוטע מענטשן פאר זײער הילף. די נוזשינסקי האט מיך געפרעגט װו איך געפין זיך און איך האב געענטפערט׳ אז איך באהאלט זיך אין װאלד׳ נאר איך האב נישט קײן עסן. דער פאראבעק׳ װאם האט געדינט ביי גוזשינסקין׳ איז געווען א רוסישער און ער האט צו מיר געזאגט׳ אז נאך דעם װינטער מוז איך זיך מוטשען און דערנאך װעט מיר שוין גוט זיץ׳ װײַל די מלחמה װעט שוין לאנג נישט געדויערן. פון דעם פאראבעק האב איך זיך דערװ־םט׳ אז די םאװיעטן שלאגן די דײטשן און גײען פארויס׳ און אז די דײטשן האבן שוין מיט זיך צו טאן.

passage_6b0f0ed66e4a0d9b4ba6ee5c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2422-2822

איד האב מיט צופרידנקײט אויסגעהערט די רײד פון דעם פאראבעק און א קרעכץ געגעבן. איך האב געטראכט ׳אז דאס אלץ איז טאקע גוט אץ פײן׳ אבער װו נעמט מען כוח איבערצוהאלטן דעם אנקומענדיקן װינטער מיט שניץ און פרעסט. װו װעל איך זיך אויסבאהאלטן? די פויערטע האט מיר געגעבן א גרויס שטיק ברויט מיט א פלעשל מילך און איך בין אװעק מיט א שװער געמיט פון דער כאלופע.

passage_7413aa3b7c302d6b84f2bfbc