םפר לוקןןו ו 393 װייל דאס עםנװארג׳ װאס מיר באקומען נישט שטענדיק ביי די פויערים׳ גענוגט נישט. די קעלט מאטערט און די מורא פאר די דײטשן׳ װי אויך פאר די פארטיזאנער־פאליאקן׳ לאזט אונדז נישט חען. אויף דער װינטערצײט האבן מיר באשלאסן זיך צו באהאלטן ביי די פויערים אין די דערפער. יעדער זוכט א באהעלטעניש. דעם דריטן נאװעמבער האבן מיר זיך געגרײט צו פארלאזן דעם װאלד. אבער מיטאמאל׳ אומגעריכט האבן אונדז די דײטשן ארומגערינגלט פון אלע זײטן און גענומען באשים אונדזע ר בונקער. עס האט זיך אנגעהויבן א שדעקלעכע פאניק. יעדער איינע ר פץ אונדז האט געפרװו ט אנטלויפן פון ברענענדיקן בונקער אין װאלד ארײן׳ כדי צו ראטעװען דאם לעבן. ארום מיר האב איך געהערט קרעכצן׳ געװײנען און געשרייען. איך האב אויף גארנישט געקוקט׳ נאר אויף אלע פיר זיך געריטשט װאס טיפער אין װאלד ארײן. איך בין געװען אײנע אליץ. נאענ ט פון מיר האב איך געהערט שױיען אויף דײטש׳ אבער איך האב זיך געריטשט װאם װײטער. די שיסערײ האט נישט אויפגעהערט. בײם סוף פון װאלד איז געװען א סטאװ. איך בין ארײן אין װאסער׳ כאטש עס איז געװען שטארק קאלט. איך בין געװען זיכער׳ אז איך װער דערטרינקען און װעל שוין קײץ לעבעדיקע נישט ארוים.
די שיםער ײ הא טנישט אויפגעהערט. מיטאמאל האב איך געהערט זייער נאענט פון מיר געשריגן פון די דייטשן. ״ױדע ראום״ ׳ ,׳ױדע ראוס״ ׳ האט א דייטש געשריגן. עס האט זיך ארויסגעװיזן ׳ אז נישט װײט פון מיד איז געפאלן א חבר םון אונדזער גרופע. דער דייטש האט אים געטראפן אין פוס אץ װען ער האט געזען׳ אז דער ײד לעבט נאך׳ האט ער אים דעהרגט אויפן ארט מיט צוױי שאםן. דערנאך איז שטיל געװארן און איך האב זיך ארומגעקוקט פון אלע זײטן. איך בין געװען אין א שרעקלעכן מצב. נישט זעענדיק ארום זיך קײן לעבעדיקן מענטש בין איך ארויסגעקראכן פון װאסעד און ארײן אין דער געדיכטעניש פון װאלד. אין טויט־שרעק און אין קעלט בין איך אפגעלאגט אין װאלד ביזן צופאלן פון דער נאכט. איך האב זיך שטילערהײט צוגערוקט צום ״םכראן״ און דארטן האב איך געזען דעם גרויסן חורבן. דער ״םכראן״ איז געװען אין גאנצן פארשיט און קײן לעבעדיקער מענטש איז ארום נישט געװען. איך בין אײנע אלײן אין װאלד און זוך די מענטשן. אבער װאם מער איך בלאנקע זיך ארום׳ אלץ מער טרעף איך אן געהרגעטע׳ די חברים פון אונדזער גרופע. איך האב שרעקלעך געוױינען און געבעטן דעם טויט אויף זיך.
א גאנצע נאכט בין איך געלעגן אין װאלד און די בגדים זענען ממש צוגעפרוירן צו מיץ לייב. דער קא פ האט זיך מיר געדרייט אץ עס האט זיך געװאלט שטארק עסן • איך האב זיך דערמאנט׳ אז נעכטן א גאנצן טאג האב איך גאר נישט געגעםן. פאר טאג בין איך אײנגעשלאפן. װי לאנג איך בין געשלאםן׳ װײס איך נישט׳ נאר עס איז שוין געװען גרויםער טאג. אין װאלד איז געװען א גערודער. אנשמרענגנדיק זיך האב איך געהעדט׳ אז מ׳רעדט פויליש. כ׳האב אויך געהערט װי מ׳קלאפט און מ׳ארבעט.