ספר לוקאו ו 395 נישט װײט פון װאלד איז געשטאנען אן איעזאמע סטאדאלע, װאם האט געהערט צום פויער קרוגלאק, די םטאדאלע האב איך גוט געקענט פון די צייטן װען כ׳האב געדינט בײ נהשינסקין. גאר נישט קלערנדיק האב איך באשלאםן זיך אויסצובהאלטן אין איר. מיט גרויס פארזיכטיקײט האב איך זיך דערנענטערט צו דער סטאדאלע. ארום איז געװען שטיל. קײן לעבעדיקער מענטש איז נישט געװען. איך האב א פרווװ געטאן עפענען די טיר און צו מיק גליק איז די טיר געװען אפן. די סטאדאלע איז געװען פול מיט נישט געדראשענער חבואד, און מיט הײ. איך בין ארויפגעקראכן, זיך אײנגעגראבן אינעם הײ און עס איז מיר געײאח װארעם. איך בין באלד איינגעשלאפן. א גאנצע נאכט בין איך געליגן אין הײ. װען איך האב זיך אויפגעכאפט איז שוין געװען גרויסער טאג. צו עסן האב איך געד,א ט גענוג, האב איך זיך נישט גערירט פון ארט. ערשט אויפן דריטן טאג בין איך ארויס פון קרוגלאקם םטאדאלע. איך בין אװעק אין דארף יאדװישין. די פויערים האבן אויף מיר רחמנות געהאט און מיר געגעבן עםן. אזוי האב איך װידער ארומגעבלאנקעט עטליכע װאכן, שלאפנדיק אין די נעכט אין דער סטאדאלע.
דער װינטער איז געװען א שװערער. די פרעסט און שנייען האבן זיך געלאזט שטארק פילן. אין סטאדאלע איז געװען װײטער אוממעגלעך זיך צו באהאלטן. דורכן די אפענע שפארעס האט זיך ארײנגעריסן א װינט און איך האב געמוזט קלערן פון א נײ באהעלטעניש, איך האב געװארפן אן אויג אויפן בוידעם־שטאל פמנוזשינםקין. דער הונט האט מיך געקענט און נישט געבילט און דאס האט מיר מיטגעהאלפן א סך. שפעט אין אװנט בין איך ארײן אין הויף, פלינק ארויםגעקראכן אויפן בוידעם מיט דער הילף פון א לײטער, װאם איז געשטאנען אויפן הויף. דער בוידעם איז געװען פול מיט הײ און שטרוי. אונטן, אין שטאל, האבן זיך געפוגן די קו און פערד, עס איז געװען װארעם אויפן בוידעם. איך האב זיך אײנגעגראבן אין שטרוי און ס׳איז מיר געװארן װארעם אין די בײנער. מיט עסן האב איך זיך באזארגט אזוי, װי פריער. יעדן דריטן אדער פערטן טאג בין איך אװעק אין דארף ארײן און אין אװנט זיך אומגעקערט אין מײן ״שטוב״ ארײן. אויפן הויף בײ נוזשיגסקין האט קײנער מיך נישט באמערקט און דערװײל איז די צײט געלאפן פארוים. עם איז שוין געװען פרילינג 1944. די זון האט גענומען װארעמען װאם א מאל מער און מער. איך האב פארלאזט נוזשינםקים בוידעם־שטאל און געשלאפן אין די ארומיקע װעלדער.
איך האבזיך דערנערט מיט קארטאפל, װאם איך האב גענומען פון די קאפצעם און באד,עלטענישן. פאר טאג האב איך געמאכט א קלײן פײערל אין װאלד און