Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 39
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1264

סםר לוקןןװ צ3 דער לוקאײער ״פראגרעסיסט״ איידער מיר װעלן דערציילן וועגן דעם אײגנארטיקן לוקאװער ״פראגרעםיםט״, װעלן מיר, קודם כל, שילדערן װעגן דעם מצב פון די ײדן אין פוילן• װארעם בלויז צרות האבן געקענט האבן אזא װירקונג אויף דעם פארשטאנד פוןא מענטש. דער ײדישער מצב אין פוילן איז פון תמיד אן געװעןא שװערער. יידן האבן געדארפט קעמפן פאר זײער רעכט צו פארדינען אויףא שטיקל ברויט. אלע קלאםן זענען געװען פאראײניקט קעגן דעם ײד. דער פוילישער םוחר האט געזען אין ײד א געפערלעכן קאנקורענט. האבן די פוילישע םוחרים זיך באמיט צו דערוױיטערן ײדן פון דער שטאט (אויםער די געטא־מויעח), כדי די באפעלקערונג זאל זיץ געצװונגען צו קויפן בלװז בײ פאליאקן. גואישע צעכן האבן נישט געװאלט צולאזן ײדן צו מלאכות, דער אדל האט זיך באמיט צו דערוױיטערן ײדן פון מלוכהשע ארענדעס אאז״װ. ספעציעל ש־לעכט איז געװען די לאגע פון ד־ ײדן, װען די פוילישע מלוכה האט זיך אנגעהויבן װאקלען צוליב די אפטע אינערלעכע מלחמות. דער אויטאריטעט פון קעניג איז מער נישט געװען אזוי שטארק. ם׳האט געהע,־שט אנארכיע, ם׳איז געװעןא מצב פון ״איש הישר בעיניו יעשה״. האט מען םון אלע זײטן שיקאנירט די ײדן און זײ דערפירט צוא מצב פון בעטלערם און ארעמע שענקארעם.

passage_11c9a8bd7140ffbbc5629b82
Passage 2normalized OCR · source chars 1266-2407

אין די יארן פון פוילנם צעטײלונג צװישן די דרײ מאכטן: רוםלאנד, עםטרײך אץ פרײסן (1796—1772), איז דער עקאנאמישער און רעכטלעכעד מצב םון די ײדן געװארן אומדערטרעגלעך און די עפנטלעכע מײנונג האט זיך שטארק אנגעהויבן בא־ שעפטיקן מיט זײער מצב. פוילישע ליבעראלע מנהיגים— זײ זענען געװעןא קלײנע מינדערהײט— האבן פארגעשלאגן פלענער, װי אזוי צו ליתן די ײדן־פראגע אין פוילן. אבער אפילו זײ האבן געפאדערטא הויכן פרית פאר דעם: דער םוף־פםוק פון זײער פרײז איז געװען אםימילאציע. ביני לביני איז פוילן געװארן צעטײלט און אויפגעהערט עקזיםטירן, און קורץ נאך דעם איז אויפגעגאנגעןא נײער שטערן אויפן פאליטישן האריזאנט— נאפאלעאן באנאפארטע. אין1807 איז געשלאםן געװארן דער אפמאך אין טילזיט, װאם האט צוריקגעשטעלט דאם װארשעװער פירשטנטום אויףא טײל םון דער געװעזענער פוילישער טעריטאריע. ײדן האבן אויםגענומען פוילנם אויפריכטונג מיט גרוים םרײד און האפענונג. נאפאלעאן איז געװען דער אנזאגער פון פרײהײט און בירגערלעכער גלײכבארעכטיקונג. ײדן האבן געהאפט, אז אויך זײער שעה פון באסריױנג איז געקומען און זײ װעלן איצט װערן בירגער פונעם לאנד.

passage_c900af5fdb25400cd1ab6b80
Passage 3normalized OCR · source chars 2409-2657

אמת, ײדישע רעליגיעזע פירערם זענען נישט געװען שטארק אנטציקט פון דער קומענדיקער פרײהײט. זײ האבן געזען, אז זי איז פרײהײט מיטא תנאי—א פארביג־ דונג, װאם האט זײ געשראקן. זײ האבן מורא געהאט, אז ם׳װעט פירן צו אםימילאציע

passage_bf7e3e83fbdb8ecc89df7b53