396 םםר יוקא װ אפגעבראטן די קארטאפל. צו טרינקען װאסער האט איך געהאט פון די לויפנדיקע טייכלעך. איך בין געװארן װאם א טאג שװאכער. איך האב גישט געהאט קיץ כח צו גיץ אויף די פים. איך האב געפילט, אז איך האב היץ. די הענט זענען ביי מיר געװארן געל. אן אפאטישקײט האט מיך באהערשט. עס איז מיר שוין נמאס געװארן דאס כםדר־ דיקע מוטשע זיך. איך בין געלעגן אין װאלד קראנק. װי לאנג איך בין אזוי געלעגן װוים איך נישט, נאר מיט אמאל האט זיך מיר געדוכטן, אז עמעץ שטײט ביי מיר, אז מען רעדט צו מיר. אין אנהויב האב איך געגלויבט, אז דאס איז א חלום, אבער נײן, עס איז געװען א מענטש. דער אומבאקאנטער האט צוגעלײגט זײן אויער צו מיץ הארץ און זעענדיק, אז איך לעב האט ער מיך גענומען װעקן. איך בין געקומען צו זיך. איך האב אים דערצײלט עפעס װעגן זיך. ער האט צו מיר געזאגט, אז ער גייט אין דארף ברענגען פאר מיר עםן, אז איך זאל נישט קיץ מורא האבן פאר אים און אז ער װעט מיר העלפן. עס האט טאקע לאנג נישט געדויערט, איז ער געקומען מיט א קוי שעםן, מיט םלעשלעך רםואות און אנדערע גוטע זאכן. איך בין טאקע געזונ ט געײא ח פון דעם • איך בין געװארן שטארקער מיט יעדן טאג און כ׳בין װידער געװען א געראטעװעטע.
שפעטער האב איך זיך דערװוּסט, אז דער אומבאקאנטער קריסט, װאם האט מיך אפגעראטעװעט פון טויט, הײסט זשעלאנקא. ער שטאמט פון לוקאװאו און איז געקומען צופעליק צוזאמען מיט קיץ גאלאמבקי צו זײנם א ברודער און מיך האט ער געפונען װען ער האט שפאצירט אין װאלד, באפרײונג אין חודש יולי האט דער פראנט זיך דערנענטערט. די סאװיעטן האבן געשלאגן די דייטשן אן אויפהער. אין װאלד איז געוואָרן פון טאג צו טאג געפערלעכער. די דײטשן זענען אפגעטרעטן און האבן זיך נוקם געװען אין די אלע װעמען זײ האבן געטראפן אין די װעלדער און פעלדער. די געגנט װערט שטארק באמבארדירט. טייל מאל דוכט זיך מיר, אז איך הײב זיך אין דער לופט. איך באהאלט זיך אין דער תבואה, װאס שטײט אין פעלד נישט קיץ געשניטענע. שריפות זעט מען פון אלע זייטן. די שיסערײען הערן נישט אויף. די ערד ציטערט מיט מיר צוזאמען. עס איז אוממעגלעך צו דץ אין װאלד > און נאך ערגעץ איז אין די פעלדער, װו אלץ ארום ברענט. אויפן אלע פיד קריך איך פץ איך ארט אויפן צווייטן.