םםר לוקא װ 397 די אעראפלאנען רוישן אן אויפהער. איך דערקען, אז דאס זענען סאװיעטישע. איך פרײ זיך שטארק און הריבן אן גלײבן, אז דער םוף פון דייטש איז נאענט. אבער צי װעל איך דערלעבן דעם טאג פון דער באפרײונג? דערװײל הונגערט מיך. אין װאלד איז אוממעגלעך צו בדאטן קארטאפל. איך מ ח זיך אויסהיטן. עס זענען די לעצטע מינוטן פאר דער באפריװנג. אין די פינצטערנע נעכט כאפ איך זיך ארײן צו דער נוזשינםקי. זי גיט מיר א שטיקל ברויט. בײ דער פויערטע איז טרויעריק און פינצטער געװארן. עס איז געשען א שרעקלעך אומגליק. מיט עטלעכע װאכן צוריק האבן די דײטשן געהרגעט נוזשינםקין, דעם גוטן און אײדעלן מענטש, װאם האט מיר געהאלפן די גאנצע צײט. צוזאמען מיט נוזשינםקין איז אויך דערשאםן געװארן דער פאראבעק, װאם האט געדינט בײ זײ, דער זעלבער פאראבעק, װאם האט מיך געטרײסט און צוגעגעבן מוט איבערצוהאלטן די צרות. די שיםערײען האבן אויפגעהערט. איך האב זיך דערװוםט, אז די דײטשן זענען אנטלאפן און די םאװיעטן זענען שוין אדורך די געגנט. עס האט זיך מיר נישט געװאלט גלײבן, אז דאס קען זיין אמת, אז איך האב שוין נישט מער װאם מורא צו האבן, אז איך בין פרײ. איך בין אװעק צו דער נוזשינםקים א שװעמטער אין גאלאמבקי. דארטן בין איך געװען עטלעכע װאכן. איך האב נישט געװםט, אז עס לעבן נאך ײדן, איך בין געװען אײנע אליץ. איך האב געוױינטן און געקלאגט אויף מײן גורל.
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1407
passage_0ec780bafbcefd269ae31bef
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1409-2166
און מיט אמאל האבן זיך אין דארף באװיזן צװײ ײדישע בחורים. װי האבן מיר דערצײלט, אז אין לוקאװ געפינען זיך עטליכע אפגעראטעװעטע ײדן און צװישן זײ די משפחה פון לוקאװער ײד איזראל לאסט, װעמען איך האב געקענט פון פריער איך בין אװעק קײן לוקאװ און געזען לעבעדיקע ײדן — אפגעראטעװעטע, אזוי װי איך, דורך נסים, פון חורבן און אונטערגאנג. אליהו ראדזיניאק אין טעג פון פרילינג... פריזינג, 1943 היינט איז א שײנער טאג — אנהײב פרילינג, פאר פסח. אבער גענוי װעלכער טאג אין חודש ם׳איז היינט — װײסט איצ גאט. איך בין אלײן אין דארף, צווישן גוײם. איך ארבעט אויפן פעלד. אבער דאם הארץ נעמט קלאפן װי נאר איך דערמאן זיך... װאס װעט זיך װייטער זײן אין לוקאװער געטא זענען נאך פאראן ײדן;
passage_b9f89f155992761c6e4dd867