398 םםר לוקא װ צװישן זײ זענען נאך אויך םאראן מײז מומער מיט מײנע צװײ ברידער. איך מוז אהינגײז אמזיד זען מיט זײ. און אפשר װעט זיך מיר אײנגעבן איבערצוצײגן די ױגנטלעכע׳ װאם זענען נאך דארט געבליבן׳ אז די װעלט איז גרויס׳ אז מען דארף אנטלויפן׳ אז מען דארף נישט בלײבן אין געטא ביז עס װעט שוין קײן שום אויסװעג נישט זײן... אױף װאם װארטן זײ פון לוקאװ און פמ אנדערער ארומיקע שטעט׳ װי נאשעלםק׳ פולטוםק׳ איז שוין געבליבן אזוי וױיניק ײדן׳ אז די דײטשן האבן זײ שוין געקענס ארײנפאקן אין צװײ־דרײ געםלעך (קאנאלאװע׳ יאטקע־גאם׳ אין דער שיל נעבן דער מעזריטשער גאם). איך בין אװעק קי ץ לוקאװ. איך האב געטראפן מײן מוטער און איך האב אײנגעטענהט מיט די בחורים. אי ד האב זײ פארגעשלאגן אויסצובױען ערדשטיבלעך אין װאלד. עם ן װעל איך קענען שאפן. איך אלץ האב געאקערט און געזײט׳ אלץ געמאלן דעם װײץ אויף די שטײנער און געבאקן דאם ברויט. אבער דאם װארעמע בעט פון הײנט איז פאר זײ מער װערט געװען׳ װי דאם לעבן — מארגן. אין די לוקאװער שטובן האב איך געטראפן דרײ־פיר בעטן אין אײן צימער. און אין יעדן בעט האט געוװינט א משפחה.
ניץ׳ דאם זענען שוין נישט קיין מענטשן! זיי דרייען זיך ארום אומבאהאלפענע און ווארטן אויף עפעס א נס׳ אז משיח זאל קומען. די ײדן גלייבן׳ אז ״דאם״ וועט שוין מער נישט geschehen * אז איצט׳ ווען די דײטשן האבן שוין נישט קײן נצחונות אויף די פראנטן מיט רוסלאנד׳ וועלן זיי זיך בארױקן. דער ווינטער איז אדורך פארהעטנישמעמי ק רויק. מען האט געלאזט אפאטעמען דעם קרבן׳ מען האט געגאסן קאלט וואסער אויפן צעקאליעטשעט ײדישן קערפער. אזוי איז עס אין שטאט < טאמע ר איז א וואך־צװי י שטיל׳ הײבט מען שוין אויף דעם קאפ. דער אמת איז אבער געווען גאר אן אנדערער. אין דארף׳ נעבן דער באן־ליניע׳ האב איך יעדן טאג כמעט געזען אדורכפארן צוגן מיט 40—50 װאגאנען׳ אנגעפאקטע מיט מענטשן. ניץ׳ איך האב בלויז געזען די לופט־לעכער אין די חזיר־װאגאנען׳ די לופט־לעכער׳ וואס זענען פול געווען מיט ײדישע אויגן. נישט איך און נישט זיי האבן דאן געװוסט װוהין מען פירט זיי׳ אין דארף גופא האב איך בלויז איין מאל געזען א ײד. און פארגעקומען איז עס אזוי: א ײד איז ארויסגעשפרונגען פון לויפנדיקן צוג. א פאליאק האט אים געכאפט.
דער פאליאק האט געהאט געהערט ׳ אז פאר יעח געכאפט ן ײד צאלט מען 100 זלאטעם ׳ האט ער געבונח דעם ײדס הענט מיט קײדאנעס ׳ װאס מען פארלײגט די קי אין שטאל ׳ אװעקגעפירט דעם געפאנגענעם צום סאלטים און געפאדערט פון אים די הונדערט זלאטעס פארן געכאפט ן ײד . דער םאלטים האט אבער נישט געהאט קיץ ״פאנד ״ דערויף .