Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 402
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1148

398 םםר לוקאװ צװישן זײ זענען נאך אויך םאראן מײז מומער מיט מײנע צװײ ברידער. איך מוז אהינגײז אמ זיד זען מיט זײ. און אפשר װעט זיך מיר אײנגעבן איבערצוצײגן די ױגנטלעכע׳ װאם זענען נאך דארט געבליבן׳ אז די װעלט איז גרוים׳ אז מען דארף אנטלויפן׳ אז מען דארף נישט בלײבן אין געטא ביז עם װעט שוין קײז שום אויםװעג נישט זײן... אױף װאם װארטן זײו פון לוקאװ און פמ אנדערע ארומיקע שטעט׳ װי נאשעלםק׳ פולטוםק׳ איז שוין געבליבן אזוי וױיניק ײדן׳ אז די דײטשן האבן זײ שוין געקענס ארײנפאקן אין צװײ־דרײ געםלעך (קאנאלאװע׳ יאטקע־גאם׳ אין דער שיל נעבן דער מעזריטשער גאם). איך בין אװעק קיץ לוקאװ. איך האב געטראפן מײן מוטער און איך האב אײנגעטענהט מיט די בחורים. איד האב זײ פארגעשלאגן אויםצובױען ערדשטיבלעך אין װאלד. עםן װעל איך קענען שאפן. איך אליץ האב געאקערט און געזײט׳ אליץ געמאלן דעם װײץ אויף די שטײנער און געבאקן דאם ברויט. אבער דאם װארעמע בעט פון הײנט איז פאר זײ מער װערט געװען׳ װי דאם לעבן— מארגן. אין די לוקאװער שטובן האב איך געטראפן דרײ־פיר בעטן אין אײן צימער. און אין יעדן בעט האט געוװינטא משפחה.

passage_083ffcc26b7412571ffc7ba8
Passage 2normalized OCR · source chars 1150-2247

ניץ׳ דאם זענען שוין נישט קײן מענטשן! זײ דרײען זיך ארום אומבאהאלפענע און װארטן אויף עפעםא נס׳ אז משיח זאל קומען. די ײדן גלײבן׳ אז ״דאם״ װעט שוין מער נישט געשען* אז איצט׳ װען די דײטשן האבן שוין נישט קיץ נצחונות אויף די פראנטן מיט רוסלאנד׳ װעלן זײ זיך בארױקן. דער װינטער איז אדורך פארהעטנישמעםיק רויק. מען האט געלאזט אפאטעמען דעם קרבן׳ מען האט געגאסן קאלט װאסער אויפן צעקאליעטשעטן ײדישן קערפער. אזוי איז עס אין שטאט< טאמער איזא װאך־צװיי שטיל׳ הײבט מען שױן אויף דעם קאפ. דער אמת איז אבער געװען גאר אן אנדערער. אין דארף׳ נעבן דער באן־ליניע׳ האב איך יעדן טאג כמעט געזען אדורכפארן צוגן מיט40—50 װאגאנען׳ אנגעפאקטע מיט מענטשן. ניץ׳ איך האב בלויז געזען די לופט־לעכער אין די חזיר־װאגאנען׳ די לופט־לעכער׳ װאס זענען פול געװען מיט ײדישע אויגן. נישט איך און נישט זײ האבן דאן געוװסט וװהין מען פידט זײ׳ אין דארף גופא האב איך בלויז אײן מאל געזעןא ײד. און פארגעקומען איז עם אזוי: א ײד איז ארויסגעשפרונגען פון לויפנדיקן צוג.א פאליאק האט אים געכאפט.

passage_2c3b5e7becab2bcf7021fa4f
Passage 3normalized OCR · source chars 2249-2583

דער פאליאק האט געהאט געהערט׳ אז פאר יעח געכאפטן ײד צאלט מען100 זלאטעם׳ האט ער געבונח דעם ײדס הענט מיט קײדאנעס׳ װאס מען פארלײגט די קי אין שטאל׳ אװעקגעפירט דעם געפאנגענעם צום סאלטים און געפאדערט פון אים די הונדערט זלאטעס פארן געכאפטן ײד. דער םאלטים האט אבער נישט געהאט קיץ ״פאנד״ דערויף.

passage_06573eba6776557d1eeac439