Original scan
Original memorial-book scan 408
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-961

404 ממר לוקאװ ״גײ אװעק. אנטלויף... זײ װעלן דיך דערהרגענען... נעבן דער סטאציע איז עמראז א ראװ... ראטעװע זיך װי דו קענסט... איך האב דיך נישט געלאזט נעמען פון שטוב. װאס עס װעט זי? מיט דיר אין דרויסן — װױס איך נישט... אנטלויף! ׳ ״װו איז די מאמע? װו איז מײן ברודער ז״ — האב איך געפרעגט. אבער גוט האט געטאן דער פויער, װאס ער האט מיר נישט געזאגט דעם אמת, װארעם איך װײס נישט, צי איך װאלט דאן נישט ארויס דורך דער פאדערשטער טיר, ביי װעלכער עס האבן אפגעװארט מײנע מערדער. איך געדענק נישט װי לאנג איך האב זיך געװאלגערטן אין ראװאן װי לאנג איך בין געזעסן אונטערן בריקל. װען ס׳איז געװארן א ביסל טונקל, האב איך זיך דערזען נעבן א שטאל פון א קאלאניע, א קילאמעטער בערך פון אלטן דארף. װייטער גײן האב איך נישט געקענט. דער ראװ האט זיך געענדיקט און ארויסשטעקן דעם קאפ איז געװען געפערלעך, װײל אפילו די פולע לבנה האט געקענט אויסגעבן מײן שאטן.

passage_fffbb7f5fcfd43d487e172e7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 963-2153

איך בין געזעסן הינטער דער שטאל און גיריק אויפגעכאפט יעדע שטיםאץ יעדן שטראל. די מערדער זענען געגאנען מיט לאמטערנעס פון הויז צו הויז. איך האב דערהערט א גערודער אויפן ״פאדוװר׳, דערזען שאטנם פון מענטשן. איך האב געהערט װי עס םקריפן די טויערן פון דער סטאדאלע און א גערודער אין דער שטאל, הינטער װעלכער איך האב זיך פארבארגן. פון יענער זײט האב איך דערהערט א גע־ שריי ו,/װיכאדזש, זשידזשע, װיעמיזשעטיטו יעםטעש״ (גיי ארוים, ייד, מיר ווײסן, אז דו באהאלטםט זיך דא). װען די שײן פון לאמטער האט זיך איבערגערוקט נענטער צו מיר, האב איך װי א קאץ א שפחנגש געטאן פון דער צװײטער זײט שטאל. װידער האב איך געד,ער ט די געשרײען■ ״גיי ארוים, ײד״. אבער איך האב זיי נישט געװאלט פאלגן. איך וויל נאך לעבן, איך וויל נאך זען מיץ מוטער. אויב שוין אומקומען, איז נישט דא הינטער דער שטאל אמ פון פוילישע הענט. און אפשר װעל איך אויך איצט האבן מזל און זיך ארויס־ ראטעװעןז װײל אויף קײן מענטש קען אײשוין מער נישט רעכענען. דער שונא איז אומעטום, יעדעם לעבעחקע נפש. עס איז אפילו נישט א קײן שטוב װו זיך צו פאר־ מאכן און אין ערגסטן פאל זיך אויפחיםן מיט א באמבע.

passage_42e1c1da68e9fffb94fd5d61
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2155-2726

און אז די מענטשן מיט די לאמטערנעם װעלן אװעקגײן פון דאנען, װעלן זײ מיך נישט טרעפן אין צווייטן דארף. אומעטום זענען זי דאך פאראן, די פמ טיװול געשיקטע מענטשן. קען דץ, אז איך בין דעמאלט געװארן אויס מענטש, אויב איך האב נישט אונ- טערגעצונדן דאס דארף א נקמה גענומען פון די אלע, װאם האבן זיך געיאגט נאך מימ לעבן. די דײטשן זענען שוין געװען אויף צרות. דער רוםישער פראנט האט זיך דער- נענטערט. אבער די מערדער האבן שוין געהאט געענדיקט מיט די ײדן פון לובלינער געגנט. דאס איז געװען אין פרילינג, 1944.

passage_aececb76697180efa6af2144