Original scan
Original memorial-book scan 407
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-813

כםר לוקאו ו 403 מודא געהאט צו װינען זיך אין דארף. די פויערים האבן זיך געשלאגן צװישן זיד > דאם הײסט בײ נאכט׳ װען זײ זענען געװארן פארטיזאנען. די ׳/א.ק.״ האט זיך געשלאגן מיט ״ב.כ.״ מיד, ײדן, אויב מיד האבן שוין געהאט א פארטיזאנישן אפטײל / האבן מיד נישט צוגעלאזט צו זיך קײן לעבעדיקן מענטש. אבער דאם איז שוין א באזונדער קאפיטל. מיין הארץ ציט צו דער מוטער א װ צו ם ײנגםטן ברודער. איך האב זײ שוין אזוי לאנג נישט געזען, פאםכא, װען איך װעל האבן צײט, װעל איך גײ זײ באזוכן. צו גײן פאר מיר אין דעם דארף איז א גרויסע סכנה • פ מ דארט האט מען מיד אדויםגעיאגט אל ם ײד. איך האב דארט זיך געראטעװעט װען מען האט געכאפט מענטשן און געפירט קי מ מײדאנעק, איך האב דארט איבערגעלאזט די מוטער א מ דעם ברודער און איך גײ זײ באזוכן.

passage_929498e291abe0a381555c50
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 815-1919

און אפשר זענען זיי שוין נישטא דארט דעם לעצטע מאל װען איך בין דארט געװען, האב איך זיי געװארנט, אז זיי זיצן שוין צו לאנג אין זעלבן דארף. איך בין אװעק אויף 100 קילאמעטער, אין אן אנדער דארף, זאזשעטשע, ווו די מוטער איז שוין געהאט געװען אין יאר 1942, און אפגעמאכט מיט א פויערטע, אז זי זאל איר דערלויבן צו זים ביי איר. די פויערטע האט דערויף מםכים געװען, װײל אין דארף האט מען געשמועםט, אז מען האט מים מוטער אפגעפירט אין געםטאפא קימ ראדזין און דארט האט מען זי דערשאםן. אויב אזוי, װעט מען זי דאך שוין נישט זוכן. פאר־ שטייט זיך, אז איצט װעט זי בעסער װי א מאל באהאלטן די מוטער. מײן מאמע האט מיר צוגעזאגט, אז זי װעט אװעק צו דער פויערטע קײן זאמקא־ װיצע װי נאר זי װעט ענדיקן די אדבעט ביי דעם און ביי נאד אים פויער. מיר האבן זיך געזעגנט און געװײנט. די מוטער האט מיר געלײגט די הענט אויפן קאפ און מיך געבענטשט. איך װעל קימאל נישט פארגעסן אירע אויסגעצויגענע הענט צו מיר, װען איך האב אנגעהויבן אװעקגײן הינטערװײלעכטס, כדי װאם לענגער צו זען מים מאמעס פנים.

passage_5cc46e2774a1d66024791cce
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1921-2747

איצט גײ איך נאך אמאל דורך דעם װאלד װאם צעטײלט די צװײ דערםער און קום צום פױער, װו מײן מוטער האט געזאלט זיצן. איך פרעג אים װו זי געפינט זיך. ער איילט זיך נישט מיט קײן ענטפער. דערװײל קומט ארײן נאך א פויער. ער באטראכט מיך. דער באלעבאס גײט צו אים, זאגט אים עטליכע װערטער אין דער שטיל׳ און יענער גײט ארויס. איצט, טראכט איך, װעט מען מיר זאגן װו מײן מוטער מיטן ברודער זענען. אבער באלד קומט ארײן אין כאטע א צװײטער גאםט. דעם קען איך. ער איז דער זון פון מײן אמאליקן שכן. ער איז אלט 20 יאר. דער באלעבאם רעדט מיט אים. איך זע, אז ער איז נערװעז. דער באלעבאס האט אים כמעט װױ ארויםגעשטופ ט פון שטוב. ער גײט צו צו מיר א מײן זיע איבערגעשראקענע אויגן זע איך דעם טויט. ער איז בלאם א רעדש צו מיר שטיל און שנעל:

passage_9e11e506ec3c64c519bfb5f5