Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 408
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-961

404 םםר לוקאװ ״גײ אװעק. אנטלויף... זײ װיא דיד דערהרגענען... נעבן דער סטאציע איז עמראז א ראװ... ראטעװע זיך װי דו קענסט... איך האב דיך נישט געלאזט נעמען פון שטוב. װאס עס װעט זי? מיט דיר אין דרויסן— וױיס איך נישט... אנטלויף!׳ ״וװ איז די מאמעז וװ איז מײן ברודער ז״— האב איך געפרעגט. אבער גוט האט געטאן דער פויער, װאס ער האט מיר נישט געזאגט דעם אמת, װארעם איך װײס נישט, צי איך װאלט דאן נישט ארויס דורך דער פאדערשטער טיר, ביי װעלכער עס האבן אפגעװארט מײנע מערדער. איך געדענק נישט וױ לאנג איך האב זיך געװאלגערט אין ראװ און װי לאנג איד בין געזעסן אונטערן בריקל. װען ס׳איז געװארןא ביסל טונקל, האב איך זיך דערזען נעבןא שטאל פוןא קאלאניע׳א קילאמעטער בערך פון אלטן דארף. װײטער גיץ האב איך נישט געקענט. דער ראװ האט זיך געענדיקט און ארויםשטעקן דעם קאפ איז געװען געפערלעך, װײל אפילו די פולע לבנה האט געקענט אויםגעבן מײן שאטן.

passage_fffbb7f5fcfd43d487e172e7
Passage 2normalized OCR · source chars 963-2153

איך בין געזעםן הינטער דער שטאל און גיריק אויפגעכאפט יעדע שטים אץ יעדן שטראל. די מערדער זענען געגאנגען מיט לאמטערנעס פון הויז צו הויז. איך האב דערהערטא גערודער אויפן ״פאדוװר׳, דערזען שאטנם פון מענטשן. איך האב געהערט װי עס םקריפען די טויערן פון דער סטאדאלע אוןא גערודער אין דער שטאל, הינטער װעלכער איך האב זיך פארבארגן. פון יענער זײט האב איך דערהערטא גע־ שרייו,/װיכאדזש, זשידזשע, װיעמי זשע טי טו יעםטעש״ (גיי ארוים, ייד, מיר ווײסן, אז דו באהאלטםט זיך דא). װען די שײן פון לאמטער האט זיך איבערגערוקט נענטער צו מיר, האב איך װי א קאץא שפחנג געטאן פון דער צװײטער זײט שטאל. װידער האב איך געד,ערט די געשרײען■ ״גײ ארוים, ײד״. אבער איך האב זײ נישט געװאלט פאלגן. איך װיל נאך לעבן, איך װיל נאך זען מיץ מוטער. אויב שוין אומקומען, איז נישט דא הינטער דער שטאל אמ פון פוילישע הענט. און אפשר װעל איך אויך איצט האבן מזל און זיך ארויס־ ראטעװעןז װײל אויף קײן מענטש קען אײ שוין מער נישט רעכענען. דער שונא איז אומעטום, יעדעם לעבעחקע נפש. עם איז אפילו נישטא קײן שטוב וװ זיך צו פאר־ מאכן און אין ערגסטן פאל זיך אויפחיםן מיטא באמבע.

passage_42e1c1da68e9fffb94fd5d61
Passage 3normalized OCR · source chars 2155-2726

און אז די מענטשן מיט די לאמטערנעם װעלן אװעקגײן פון דאנען, װעלן זײ מיך נישמ טרעפן אין צװייטן דארףז אומעטום זענען זיי דאך פאראן, די פמ טיװול געשיקטע מענטשן. קען דץ, אז איך בין דעמאלט געװארן אויס מענטש, אויב איך האב נישט אונ־ טערגעצונדן דאם דארף אמ נקמה גענומען פון די אלע, װאם האבן זיך געיאגט נאך מימ לעבן. די דײטשן זענען שוין געװען אויף צרות. דער רוםישער פראנט האט זיך דער־ נענטערט. אבער די מערדער האבן שוין געהאט געענדיקט מיט די ײדן פון לובלינער געגנט. דאס איז געװען אין פרילינג, 1944.

passage_aececb76697180efa6af2144