םמר לוקאו 37 אליצ טראגט נאך יידישע קלײדער, װעט ער, אזוי פאחיכערט ער, טוישן זיינע קלײדער, אזוי שנעל, װי ער װעט ארויספארן פון דער דאזיקער פראװינץ. אין לוקאו האט ער מורא געהאט, אדער זיך געשעמט, צו ענדערן זיץ יידישע הלבשה. װאם האט נישט אײד געטאן כדי צו װערן א פרייער מענטש, כדי אומגע־ שטערט צו קענען ארבעטן און פארדינען אויף א שטיקל ברויט? א לוקאװער זאגט מוסר זיינע לאנדסלייט... תמיד זענען געװען יחידים, װאם האבן זיך באמיט אויפצודדיבן דעם גײםטיקן ניוא פון זײערע מיטמענטשן. אזא אײנער איז געװען דער לוקאװער מרדכי עפשטײן, װאם איז אין דער צײט פון זײן מוםר־זאגן געװען א תושב אין דער שכנות־שטאט — מעזריטש. מרדכי עפשטיץ האט געזען, װאם ײדן אין מעזריטש טאן כדי צו העלם די ארעמע, אנטװיקלען דעם חינוך, האט זיך אין אים אנגעצונד ן א פײער פון קנאד, און ער האט אויפגעפאדערט זײנע לוקאװער ברידער אפצולערנען זיך פון מעזריטש און איר נאכטאן. ער האט זײן אפעל צו די לוקאװער לאנדסלײט געמאכט אין א זײער מליצה־ דיקער לשון קודשדיקער קארעםפאנדענץ, װאם ער האט צוגעשיקט צו דער ״הצםירה״ײ■ װאם איז דעמאלט דערשינען אונטער דער רעדאקציע פון י. ח. םלאנימםקי• ער שרייבט (מיר ברענגען די ײדישע איבערזעצונג):
״גאט האט רחמנוח געהאט אויפן פאלק און ער האט אויפגעשטעלט פאר זיי געטרייע פירער (פאמטערכער) אין יעדן דור. אץ זיי (די פירער) באנוצן זיך מיט זייער גייסט און זיי פארשטייען צו באטראכטן יעדע זאך און צו פארבעסער ן דעב מצב פון אונזער פאלק; צו פארריכטן די ברוכ ן און צו הײלן זײנע װונדן, צו שטארקן די קניען, װאם ציטערן און קרעפטיקן די שלאבעריקע הענט. און מיט זייערע כוחות טוען זיי העלפן די ארעמע פון זייער שטאט, כדי זיי ארויםהייבן פון זייער געפאלנקײט. אך: װי שיץ עס איז צו זען די שטאט... װי שיץ איז זי מיט אירע װעגן פון צדקה, װאם האבן געפונען א סטעזשקע צו די הערצער פון דעם רוב פון אירע אײנװוינער אח זי שטײגט אריבער אירע שװעסטער (די שטעט אין שכנות מ. ע.), װאם געפינען זיך ארום איר. אויך מיט אירע מעלות און גוטע מידות, מיט װעלכע אפילו א װעלטלעכער איד און א מענטש פון מאראל מעג זיך גרויסן. פון די גוטע זאכן, װאם איך װעל דא פארברענגען פאר די לײענער װעט איר ממילא משפט ן וועגן די אנדערע גוטע אײגנשאפטן פון אירע אײנוװינער. זײ זענען: דאס גמילות־חסדים־הויז, װאם באצװעק ט צו העלפן יעדן אײנעם מיט א הלװאד, אן פראצענט. די ״תלמוד תורה עם דרך ארץ״ (ד. ה. װעלטלעכע בילדונג — מ. ע.). אזוי, אז זיי (די ארעמע קינדער) זאלן נישט דארפן ארומלויםן פאמטע און פאם אץ טאן אלץ װאם דאם הארץ גלוסט. װען איך םראכט וועגן די אײגנשאפט ן פץ דער דאזיקער שטאט, זינט כ׳הא ב זיך