414 מסר יוקאו ו בוידעם אויפן הויף. מיר הערן די אויפרײמונג פון די גראנאטן, מיט וועלבע די באנדיטן תיםן אויף די בונקערס פון די ייִדן. 4 א זײגער נאך מיטאג ווערט שטיל. מען פירט אוועק אין רײען די לעצטע יידן קײן טרעבלינקע. מיר הערן זייערע טריט, מיר זעען ווי זיי קוקן זיך אום צום לעצטן מאל אויף זייער געבורטם־שטעטל, אויף זייער הײם. זיי גײען צום טויט די לעצטע נאך זײ בלייבט דא אפגעװישט דער ייִדישער ישוב. און מיטאמאל ווערט אין גאנצן שטיל. מיר זעען דורך די שפאלטן פון בוידעם, װו מיר זענען באהאלטן, װי עס ברענען די ייִדישע הימער אין געטא, װי אלץ גײט אװעק מיטן רויך... * א גאנצן מעת־לעת צייט זענען מיר אפגעלעגן אויפן בוידעם אן עסן און אן אביםל װאסער. מער פארבלײבן דארט האבן מיר נישט געקענט. עס האט געדראט די געפאר, אז מען זאל אונח דארט געפינען. מיר האבן זיך געמאכט דעצידית ארויס- צוגיץ פון דער באהעלטעניש. מיר האבן געהאפט צו געפינען עמעצן אויף די פונקטן, װו מיר האבן זיך געהאט אפגעשמועסט מיט די נאענטע אין פאל פון אן אקציע. מיר האבן זיך דעריבער אין מיטן דער נאכט געלאזט בארװעם, מיט קלאפנדיקע הערצער און טויט־אנגםטן אויפן פנים, זוכן אין די ״סבראנעם״ — אפשר איז נאך װער געבליבן. אויף בראװארנע גאס טרעפן מיר אין א טיפן ״סבראן״, װאם איז געװען געמאכט אין א פערד־שטאל, מיינע צװײ ברידער.
דעם עלטערן ברודער מײנעם, ראובנען, האב ן מי ר פשוט נישט דערקענט, אזוי פארענז׳ערט איז ער געװען. ער איז געװען אין גאנצן צעמישט. מיר האב ן געמײנט, אז ער איז גערירט פון זינען. מיר זענע ן זיך געפאלן אין די ארעמס, געװײנט און געקושט זיך. װען איך האב געזען מײן צװײטן ברודער, נאבטשען, איז מיר דאם לשון אפגענומען געװארן. הענט און פיס האב ן מיר אויפגעהערט צו דינען. ער איז געזעסן בלײך װי א מת, מיט א פארבונדענער האנט אנגעהאנגען אויף א שטריקל. װי ער האט שפעטער דערצײלט, האבן היטלעמיסטישע באנדיטן אנטדעקט זיך ״םבראז״ און ער איז אװעקגעפירט געװארן צוזאמע ן מיט זײַן בלה, ליבע ריבאק, צום זאמלהפונקט. דער גורל האט זי ך נישט געװאלט צעשײדן. ז ײ זענע ן צוזאמע ן ארײנגע־ טריבן געװארן אין װאגאן. צװישן לוקאװאו ן שעדלעץ האבן די אויפגעריסן די טיר פון װאגאן און מען האט אנגעהויבן דעם לעצטן טאנץ אין לעבן. דער צוג איז געלאפן מיטן שנעלסטן אימפעט. פון די דעכער און טרעפלעך פון די װאגאנען האבן די דײטשישע באנדיטן בסדר געשאסן אויף די שפרינגענדיקע. אײנער פון הונדערט האט געהאט א שאנס צו בלײבן לעבן. פונדעסטװעגן האבן ז ײ באשלאסן צו שפרינגען. ״מיר האבן זיך דאם לעצטע מאל צעקושט — דערצײלט ער — און איך האב געזאלט שפרינגען. אבער עס האט מיר אין דער לעצטער מינוט אויסגעפעלט מוט און