Original scan
Original memorial-book scan 422
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1208

418 םפר לוקא װ האט מען ארויסגעװארפן און אנגעלײגט אין א קופה אויפן פעלד. מען באפעלט זיך אױם־ שטעלן באזונדער מענער און באזונדער פרויען מיט קינדער. אונטער דער באגלײטונג פון קלעפ גײען מיר צום טויער פון גהינום. גרויסע אויפשריפטן באגערן אונדז: ״ארבײט מאכט דאם לעבן פרײ׳. מיר דערזעען די שרעקלעכע קוימענם, װאם שפײען מיט קנױלי רױך. מיר דערפילן דעם גערוך פון פארברענטע קערפערם און מיר גיבן זיך א פארע־ כענונג, אז דא זענע ן אומגעקומען אונדזערע שװעסטער און ברידער. עם קומט גלײך פאר די ערשטע םעלעקציע. מען טיילט דעם עול אױף רעכטם און לינקס. די גרופע פון רעכטם שער ט מען באלד אפ די האר. דאס זענע ן די ערשטע קרבנות צו גײן אין אוױון אריץ. צווישן זיי געפינט זיך אױך מיץ ברודער. ער רײםט זיך ארוים צו דער לינקער גרופע. ער איז שוין אן אפגעשוירענער. עם װארפט אים װ־ אין קאנװולסיע. מיט טרערן אין די אויגן געזעגנט ער זיך צום לעצטן מאל 1 ״ליבע שװעסטער, װײנט ער, מען גײט מיך פארברענען... פון מײן בלוט ווערט מאטעריע״... עם קלאפט מיר א צאן אן א צאן. איך מוז אנמעכטיק קוקן װי מען פיר ט מיץ ברודער אין אוױון אריץ • בעת די אלע געשעענישן פארליר איך אױך אהרונען .

passage_172319c06567c30f986de74e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1210-2250

מיר האבן קײץ צײט נישט צו באטראכטן דעם שוידער, װאם דא קומט פאר, װי אונדזער גרופע װערט ארײנגעטריבן אין א גרויםן װאש־צימער. די פרויען פון אונדזער גרופע הײבן אויף א שרעקלעכן אליארם, זײענדיק זיכער, אז מען גײט אונדז פאר־ גאזעװען• אין דעם מאמענט באװײזט זיך א ם.ם.־מאן, ער שלאגט אונדז מיט א גומענעם שטעקן איבערן נאקעט לײב און שרײט: ״רױק זאל זײן: איר בלײבט לעבּן: איר גײט ארבעטןז װער עס װעט שרײען, קומט שוין מער פון דאנען נישט ארוים״. עס װערט שטיל. מיר װאשן אונדזערע קערפערם מער מיט טרערן, װי מיט װאסער. מען גיט אונד;־ אריץ לײכטע קלײדלעך און שװערע הילצערנע טרעפעם אויף די פים. דערנאך םירט מען אונדז אין ארבעטס־בלאק, װאם איז ארומגעצוימט מיט פינף רײען געטאפלטן עלעקטריזירטן דראט, װאם בלויז די בארירונג ברענגט גלײך דעם טויט אויפן ארט. אין לאגער און אין די באראקן הערשט א טויט־שטילקײט. מען האט מורא א װארט ארויסצורעח. אין אונדזער לאגער האב איך געטראפ ן נאך צװײ לוקאװער פרויען. • שרה ריבא ק אץ גיטל פרידלענדער .

passage_59f9d5bbbe7fc1ee5621ac21
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2252-2653

אזױ האב איך זיך אפגעמאטערט אין מאידאנקער לאגער דרײ חדשים צײט. מיט אמאל מאכט מען בײ אונז א שטדענגעםעלעקציע. מיר שטײען אויסגעשטעלט מוטער־ נאקעט און אונזערע קערפער װערן באטראכט פון אלע זײטן. פאר דעם מינדסטן קרעצל, פאר דעם קלענסטן פרישטשיק װערט מען צוגעטײלט אין אױװאריץ • מע ז שמועסט, אז די ארבעטס־פעיקע װעלן פון דאנען ארויסגעשיקט װערן אויף א צװײט

passage_dd84e50667400cb7638274be