Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 422
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1208

418 םפר לוקאװ האט מען ארויםגעװארפן און אנגעלײגט איןא קופע אויפן פעלד. מען באפעלט זיד אױם־ שטעלן באזונדער מענער און באזונדער פרויען מיט קינדער. אונטער דער באגלײטונג פון קלעפ גײען מיר צום טויער פון גהינום. גרויםע אויפשריפטן באגריםן אונדז: ״ארבײט מאכט דאם לעבען פרײ׳. מיר דערזעען די שרעקלעכע קוימענם, װאם שפײען מיט קנוילי רױך. מיר דערפילן דעם גערוך פון פארברענטע קערפערם און מיר גיבן זיך אפא רע־ כענונג, אז דא זענען אומגעקומען אונדזערע שװעםטער און ברידער. עם קומט גלײך פאר די ערשטע םעלעקציע. מען טיילט דעם עולם אויף רעכטם און לינקם. די גרופע פון רעכטם שערט מען באלד אפ די האר. דאס זענען די ערשטע קרבנות צו גײן אין אוױון אריץ. צווישן זיי געפינט זיך אויך מיץ ברודער. ער רײםט זיך ארוים צו דער לינקער גרופע. ער איז שוין אן אפגעשוירענער. עם װארפט אים װ־ אין קאנװולםיע. מיט טרערן אין די אויגן געזעגנט ער זיך צום לעצטן מאל1 ״ליבע שװעםטער, װײנט ער, מען גײט מיך פארברענען... פון מײן בלוט װערט מאטעריע״... עם קלאפט מירא צאן אןא צאן. איך מוז אנמעכטיק קוקן װי מען פירט מיץ ברודער אין אוױון אריץ• בעת די אלע געשעענישן פארליר איך אויך אהרונען. *

passage_172319c06567c30f986de74e
Passage 2normalized OCR · source chars 1210-2250

מיר האבן קיץ צײט נישט צו באטראכטן דעם שוידער, װאם דא קומט פאר, װי אונדזער גרופע װערט ארײנגעטריבן איןא גרויםן װאש־צימער. די פרויען פון אונדזער גרופע הײבן אויףא שרעקלעכן אליארם, זײענדיק זיכער, אז מען גײט אונדז פאר־ גאזעװען• אין דעם מאמענט באװײזט זיך אן ם.ם.־מאן, ער שלאגט אונדז מיטא גומענעם שטעקן איבערן נאקעטן לײב און שרייט: ״רױק זאל זײן: איר בלײבט לעבן: איר גײט ארבעטןז װער עם װעט שרײען, קומט שוין מער פון דאנען נישט ארוים״. עם װערט שטיל. מיר װאשן אונדזערע קערפערם מער מיט טרערן, װי מיט װאםער. מען גיט אונד;־ אריץ לײכטע קלײדלעך און שװערע הילצערנע טרעפעם אויף די פים. דערנאך םירט מען אונדז אין ארבעטם־בלאק, װאם איז ארומגעצוימט מיט פינף רײען געטאפלטן עלעקטריזירטן דראט, װאם בלויז די בארירונג ברענגט גלײך דעם טויט אויפן ארט. אין לאגער און אין די באראקן הערשטא טויט־שטילקײט. מען האט מוראא װארט ארויסצורעח. אין אונדזער לאגער האב איך געטראפן נאך צװײ לוקאװער פרויען.• שרה ריבאק אץ גיטל פרידלענדער.

passage_59f9d5bbbe7fc1ee5621ac21
Passage 3normalized OCR · source chars 2252-2653

אזױ האב איך זיך אפגעמאטערט אין מאידאנקער לאגער דרײ חדשים צײט. מיט א מאל מאכט מען בײ אונחא שטדענגע םעלעקציע. מיר שטײען אויםגעשטעלט מוטער־ נאקעט און אונחערע קערפערס װערן באטראכט פון אלע זײטן. פאר דעם מינדםטן קרעצל, פאר דעם קלענסטן פרישטשיק װערט מען צוגעטײלט אין אוױװ אריץ• מעז שמועסט, אז די ארבעטס־פעיקע װעלן פון דאנען ארויםגעשיקט װערן אויףא צוױיט

passage_dd84e50667400cb7638274be