םפר לוקא װ 419 ארט• א מאטאקע צו מארגנם, גייענדיק צו דער ארבעט / פיר ט מען אונדז ארײז אין װאגאנען. מיר באקומען יעדע צוהאלבע ברויט מיט שטיקלך קעז איז גאד צוױי טײ פארן קומען מיר קי ץ אשװיענטשים. בעתן אראפגײן פון די װאגאנען אין אשװיענטשים װערן מיר פײערלעך אויפגע ־
טמען דורך אַ ייִדישן ארקעםטער, וועלכער איז אונדז מהנה מיט מוזיק. די שפילן פרײלעכע מארשן און קלאפן מיט די טאצן. מיט רעש און געפילדער װערן מיר ארײנ־ געפירט אין טויער פון לאגער. און װידער באגריםט אונדז די אויפשריפט ״ארבײט מאכט פרײ״. אלץ איז אזוי אײנגעארדנט, בכדי װאם העםלעכער און געמײנער אפצו־ שפעטן פון אונדז. מיר װערן ארײנגעטריבן אין א באראק. עס טרעט פאר אונדז פאר דער קאמענדאנט פון לאגער העםלער און רופט אויס אונדזערע נעמען לויטן א״ב. דערגאך מאכט מען אונדז אײנשפריצונגען מיט טוש. איך באקום דעם נומער 47338. פון דער מינוט אן װערן אונחערע נעמען אויסגעמעקט. מיר הערן אויף צו טראגן מענטש־ לעכע נעמען און פאדבלײבן נאר א נומער... מען פירט אונדז אין באד ארײן און מען שערט אפ די האר אויף גאל. דערבײ, פארשטייט זיך, קענען די מנװלים זיך נישט אײנהאלטן און זענען אונדז מכבד מיט א היפשער פארציע קלעפ אויפן נאקעטן לײב. מיר באקומען טרעפעם און שװערע מיליטערישע מונדירן פון פוילישע סאלדאטן. מיר באקומען אן אויסזען פון מאלפעם. עס עקל טפשוט צו קוקן אויף זיך אלײן... דערנאך הײבט זיך אן א סעריע אײנשפריצונגען אין דער לינקער בדוםט, כדי צו פארטעמפן אונדזער געזונט און מיר פארלירן טאקע דערנאך אונדזער פרויען־צײט... אזוי בלײבן מיר אין קאראנטין פיר וואכן צײט.
דער רעזשים פון ארבעט אין אשװיענטשים איז זײער א שװערער. װי עס הײבט נאר אן צו טאג שטײען מיר אויף צום אפעל. מיר מוזן זיך אויסשטעלן צו פינף אין א רײ. מיר באקומען צו טרינקען פארשידענע גראזן און אין דער באגלײטונג פון שטארקע װאכן גײען מיר צו דער ארבעט. אונדזערע בלאקאװע ם<דרעקםלערקא, באר־ מאנקע און אסע באפעל אונד ז צו גײן מיט די קעפ פארריסן און זינגען ײדישע פאלקס־ לידער. מיר ארבעטן בײ פעלד־ארבעט, טראגן שטײנער און פיר ן אוי ם די שװערסטע קאטארזשנע ארבעט. איך אדבע ט אין דער קאמאנדא 103, װו עס קומען אױך אפט םאר סעלעקציעם פון די אפגעשװאכטע און זײ װערן אויסגעליפערט אין אוױון ארײן. בײ אײנער אזא סעלעקציע װערט מײן נומער פארשריבן צװישן די מוםולמענער. איך װײם, אז איך בין שוין א קאנדידאטין אין דער ״הימל־קאמאנדא״. מיעע בליקן האבן געװאנדערט צו די קוימענס, פון װעלכע עס האט געזעצט א רויך, און איך האב געטראכט: עס װעט נישט לאנג דויעחאץ איך װעל זיך אויפלײזן אין פונקען און רויך. איך בין געװען זיכער, אז איך בין דער לעצטער קרבן פון מײן פאמיליע. דאם הארץ מײנס האט ביסלעכװית אפגעשטעלט דאם קלאפן. די הענט זענע ן מיר געװאח שװער אץ פארשטײפט, די פים געשװאלן װי קאנען. איך בין א גאנצע נאכט נישט געשלאפן. דער באגיגן איז געװען א נעפלדיקער, צוגעפאסט צו מײן פינצטער געמיט.
מיי גײען צו דער ארבעט. אקעגן אונז קומט אן א גרופע מענער און איך דערהער