Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 423
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-303

םפר לוקאװ 419 ארט• אמ טאקע צו מארגנם, גייענדיק צו דער אדבעט/ פירט מען אונדז ארייז אין װאגאנען. מיר באקומען יעדע צו האלבע ברויט מיט שטיקלעך קעז איז גאד צוױי טעי פארן קומען מיר קיץ אשװיענטשים. בעתן אראפגײן פון די װאגאנען אין אשװיענטשים ווערן מיר פײערלעך אויפגע־

passage_43db051ae29eefa69530c173
Passage 2normalized OCR · source chars 305-1613

טמען דורךא ײדישן ארקעםטער, װעלכער איז אונדז מהנה מיט מוזיק. די שפילן פרײלעכע מארשן און קלאפן מיט די טאצן. מיט רעש און געפילדער װערן מיר ארײנ־ געפירט אין טויער פון לאגער. און װידער באגריםט אונדז די אויפשריפטז ״ארבײט מאכט פרײ״. אלץ איז אזוי אײנגעארדנט׳ בכדי װאם העםלעכער און געמײנער אפצו־ שפעטן פון אונדז. מיר װערן ארײנגעטריבן איןא באראק. עם טרעט פאר אונדז פאר דער קאמענדאנט פון לאגער העםלער און רופט אוים אונדזערע נעמען לויטן א״ב. דערגאך מאכט מען אונדז אײנשפריצונגען מיט טוש. איך באקום דעם נומער 47338. פון דער מינוט אן ווערן אונחערע נעמען אויםגעמעקט. מיר הערן אויף צו טראגן מענטש־ לעכע נעמען און פאדבלײבן נארא נומער... מען פירט אונדז אין באד ארײן און מען שערט אפ די האר אויף גאל. דערבײ, פארשטייט זיך, קאנען די מנװלים זיך נישט אײנהאלטן און זענען אונדז מכבד מיטא היפשער פארציע קלעפ אויפן נאקעטן לײב. מיר באקומען טרעפעם און שװערע מיליטערישע מונדירן פון פוילישע םאלדאטן. מיר באקומען אן אויםזען פון מאלפעם. עם עקלט פשוט צו קוקן אויף זיך אלײן... דערנאך הײבט זיך אןא םעריע אײנשפריצונגען אין דער לינקער בדוםט, כדי צו פארטעמפן אונדוער געזונט און מיר פארלירן טאקע דערנאך אונדזער פרויען־צײט... אזוי בלײבן מיר אין קאראנטין פיר װאכן צײט.

passage_5c2de27a7c65df7fcb362d24
Passage 3normalized OCR · source chars 1615-2953

דער רעזשים פון ארבעט אין אשװיענטשים איז זײעדא שװערער. װי עם הײבט נאר אן צו טאג שטײען מיר אויף צום אפעל. מיר מוזן זיך אויםשטעלן צו פינף אין א רײ. מיר באקומען צו טרינקען פארשידענע גראזן און אין דער באגלײטונג פון שטארקע װאכן גײען מיר צו דער ארבעט. אונדזערע בלאקאװעם< דרעקםלערקא, באר־ מאנקע און אסע באפעלן אונדז צו גײן מיט די קעפ פארריםן און זינגען ײדישע פאלקם־ לידער. מיר ארבעטן בײ פעלד־ארבעט, טראגן שטײנער און פירן אוים די שװערםטע קאטארזשנע ארבעט. איך אדבעט אין דער קאמאנדא 103, וװ עס קומען אויך אפט םאר סעלעקציעם פון די אפגעשװאכטע און זײ װערן אויםגעליפערט אין אוױון ארײן. בײ אײנער אזא סעלעקציע װערט מײן נומער פארשריבן צװישן די מוםולמענער. איך וױים, אז איך בין שויןא קאנדידאטין אין דער ״הימל־קאמאנדא״. מיעע בליקן האבן געװאנדערט צו די קוימענס, פון װעלכע עם האט געזעצטא רויך, און איך האב געטראכט: עם װעט נישט לאנג דויעח אץ איך װעל זיך אויפלײזן אין פונקען און רויך. איך בין געװען זיכער, אז איך בין דער לעצטער קרבן פון מײן פאמיליע. דאם הארץ מײנס האט ביסלעכװית אפגעשטעלט דאם קלאפן. די הענט זענען מיר געװאח שװער אץ פארשטײפט, די פים געשװאלן װי קאנען. איך ביןא גאנצע נאכט נישט געשלאפן. דער באגיגען איז געװעןא נעפלדיקער, צוגעפאםט צו מײן פינצטער געמיט.

passage_009c1049adc95462f68cbe5b
Passage 4normalized OCR · source chars 2955-3038

מיי גײען צו דער ארבעט. אקעגן אונח קומט אןא גרופע מענער און איך דערהער

passage_79bbbc385d87bb995091c6bd