420 ספר לוקאװ װי א קול שרײט פון יענע גרופע: ״װער איז פון לוקאװ?״ איך האב נישט געזען די פערזאן׳ װאס האט געשריגן׳ נאר איך האב אפגעענטפערט מיט א פארצװײפלט קול: ״איך בין פון לוקאװ... איך בין ראובן טיקאצקיס שװעסטער, עלקע... מײן נומער איז 47338. איך בעט מיך ראטעװען!...״ אויף צומארגנס קומט פאר מיר אן אנגענעמע איבערראשונג: עס קומט ארײן א ם.ם.-מאן און רופט אויס מײן נאמען. ער פירט מיך אוועק אין די מאגאזינען פון ״קאנאדע״, װו איך װער אנגענומען צו דער ארבעט בײם םארטירן די מלבושים פון אונדזערע קדושים. פון די אויסגעסארטירטע קלײדער װערן געמאכט פעקלעך, װאם װערן ארויםגעשיקט קײן דײטשלאנד צו פדרטײלן צװישן דער באפעלקערונג. בײם םארטירן קומט פיל מאל אויס איבערצולעבן שוידערלעכע מאמענטן. פיל פון אונז דערקענען די קלײדער פון זײערע נאענטע, פון די אײגענע קינדער. פון די שוידער- לעכע געװײנען גלױװערט דאס בלוט אין די אדערן. אבער מיר מוזן מיט ציטערנדיקע הענט װײטער ארבעטן און מאכן די באשטימטע נארמע. אין עטלעכ טעג ארום עפנט זיך די טיר פון באראק און עס קומט ארײן י ש ר א ל ש ט י י נ ב ע ר ג אין דער באגלײטונג פון א דײטשישער וואך און דערלאנגט מיר א פעקל און שיך. ער דערצײלט מיר, אז ער ארבעט דא שנײדערײ און נײט פאר די ם.ם. לײט. ער פרעגט מיך אױף װעגן די לעצטע גרוסן פון זײנע נאענטע אין לוקאװ, װען און
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1377
passage_e4d5ca7028bf7d66f81355ef
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1379-1412
בײ דער קרעמאטאריע אין אוישװיץ
passage_08ce1f76443ee55030d124c3