Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 428
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1341

424 םםר לוקןזוו 10 ייזץ, װאם האבן געארגעט אין דער פירמע *דיטץ׳ זענען דערשאסן געװאח צוליב פאלגנדיקן פאל<4 ײדן, װאס האבן געארבעט אין דער פירמע, צװישן זײ שלום װאלאװםקי און ישראל עסטרײך זענען אריץ איןא שטוב װו ײדן האבן געשפילט אין קארטן. אונטער דער דראונג מיטא רעװאלװער האבן זײ צוגענומען דאם געלט, װאס איז געלעגן אויפן טיש און געקויפט דערפאר געװער. װען דאס איז דערגאנגען צו די דײטשן, האבן זײ געפאדערט, אז מען זאל זײ ארויםגעבן די4 ײדן. היות מען האט דאס נישט געטאן, האבן זײ גענומען10 ײח צװישן די, װאס האבן געארבעט אין ״דיטץ■׳ און זײ דערשאסן. צװישן די דערשאסענע זענען געװען: ױםף נחמיה נאטערמאן, ישראל פיעקאזש, ראזענשטאק, חײם מאיר און איטשע הײבלום. אויםגענוםען דורך| חײם לײכמאן אבא דישעל די ערשטע רציחות ביים אויסבראך פון דער צוױיטער װעלט־מלחמה האט מען אין לוקאװ צװישן אנדעדע מאביליזירט אויך בערטשע גאנסקי און אהרון קרעלנבוימם זון— זיץ ערשטן נאמען געדענק איך נישט. װען זיי זענען געקומען אויף זײערע מאביליזיר־פונקטן, האט בערטשע גאנסקי באקומען מיליטערישע מלבושים— ער האט געהערט צו דער פיע־ כאטעו דאקעגן פאר קדעלנבוימען,א קאװאלעריםט, איז נישט געווען די געהעריקע אויסשטאטונג, און דערפאר האט מען אים צוריקגעשיקט אהײם. בערטשע גאנםקין האט מען אפגעשיקט אין זיץ פולק,

passage_0d256dd959b55ad0e19deecc
Passage 2normalized OCR · source chars 1343-1510

צװיי טעג נאך דעם וױ קרעלנבוים האט זיך אומגעקערט אהײם, איז זיץ זײדע, יאסל מאטעס לײבם, געשטארבן. עם זענען געקומען די תכריכים־נײער און בעת זײ האבן

passage_c0c7617bf90fa11ffcf04572