Original scan
Original memorial-book scan 429
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-516

םפר לוקא װ 425 שוין געהאלטן בײם ענדיקן די ארבעט, איז גראד פארגעקומען אן אנפלי פון דער דײ־ טשער אװיאציע, װאם האט דורכגעפירט א באמבארז־ירונג פון דער געגנט. דער גבאי פח דער חברה קדישא, יעק ב גאנםקי, האט באפוילן ארויםצוטראגן דעם מת אויפן פרייען פלאץ. װי נאר מען האט אים באװיזן ארויםצוטראגן, איז אין דעם הויז ארײן א באמבע, װאם האט געטראפן דעם צוריקגעקומענעם קרעלנבוים, זיץ טאטע־מאמע און פיל אנדערע מענטשן. די אלע געפאלענע האט מען ארויםגעטראגן אין דרויסן.

passage_c69183465882e30ae0303ac4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 518-1845

באלד נאך דער באמבארדירונג האט זיך ארגאניזירט א רעטונגס־גרופע, װאם האט זיך פארנומען מיטן אפערנעמען פון אונטער די חורבות די פארװונדעטע. אויך איך האב געהערט צו דער גרופע. אויפן רוף פון יעקב גאנםקי האבן מיר גענומען ארויסציען פון אונטער די אײנגעפאלענע װענט די דערהרגעטע און פארװונדעטע. װען איך בין צוגעקומען צום הויז, האב איך דערזען, אז אונטער א בעלקע ליגט צוגעדריקט א ײנגל פון א יאר 12. ער האט געהײסן קאפעלע, זיץ פאטערם נאמען איז געװען פםח, און זיץ מאמעס — פעשע גיטל. דער טאטא איז ארומגעלאפן זוכן דאם ײנגל. װען ער האט דערהערט די קרעכצן פון אונטער א בעלקע: ״טאטע, ראטעװע מיך, די בעלקע דערדריקט מיך״. דער טאטא איז שנעל צוגעלאפן, אבער װען ער האט אראפגענומען די בעלקע, האט זי צונויפגעדריקט בײדע, פאטער און זון, און מען האט זײ שוין נישט געקענט אפראטעװען. איך האב דערהערט שרעקלעכע געשרײען פון ליפע זײפנזידערס הױז. איך האב דערהערט דערשטיקטע קולות: ״דישעל, דישעל, ראטעװעט מיך׳ איך לעב נאך, און יענע דארט זענען דאך שוין טויט!״ װען איך בין צוגעלאפן אהין האב איך דערזען׳ אז דאם ליגט דארט א פארשאטענע אלטע דװאשע םיט איר טאכטער און צװײ קינדער. מען האט ארויםגעזען בלױז איר קאפ. מיר איז געקומען צו הילף יאסעלע נאטערמאן און מיר האבן זײ ארויםגעצויגן לעבעדיקע.

passage_45f025614074563253a685e1
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1847-3009

איך האב זיך אומגעקוקט און דערזען לויפן א פרוי. זי איז געווען איין שטיק בלוט. איך האב די פרוי ארײנגענומען צו מיר אין שטוב. מײן פרוי האט זיך מיט איר פארנומען, געגעבן די ערשטע הילף, זי ארומגעװאשן, און דאן האבן מיר דערזען, אז עס פעלט איר אן אויג. איר גאנצער קערפער איז געווען צעקאליעטשעט. ערשט איצט האבן מיר אין איר דערקענט יצחק יאפאניס שװעסטער, מעכל. װען זי איז געקומען צו זיך, האט זי אנגעהויבן װײנען און שרײען: װאו איז מײן מאן, װו זײנען מײנע קינדער״ די רעטונגס־אקציע האבן מיר געפירט אן אויפהער א גאנצע נאכט. מיר האבן ארויסגעשלעפט פון אונטער די חורבות טויטע און לעבעדיקע. אין דער פרי זײנען מיר ארוים באקוקט דעם גאנצן שטח, װו מען האט געװארפן די באמבעס. מיר זײנען דורכגעגאנגען די קאנאלאװע־גאס און װען מיר זײנען צוגעקומען צום הויז, װו עס האט געװוינט איטשע װאסערטרעגער, זײנען מיר געבליבן דערשטוינט: דער מעכטיקער דרוק פון א באמבע האט ארײנגעװארפן דאס הויז אין א גרוב פון 20 מעטער די טיפ און אױף א מרחק פון 10 מעטער װו עס איז פריער געשטאנען. מיר האבן זיך געדארפט איינבײגן, כדי צו דערזען דעם דאך פון הויז.

passage_9010e6c6a6990e042406330e