Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 428
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1341

424 םםר לוקןזו ו 10 ייזץ, װאם האבן געארגעט אין דער פירמע *דיטץ׳ זענען דערשאסן געװאח צוליב פאלגנדיקן פאל <4 ײדן, װאס האבן געארבעט אין דער פירמע, צװישן זיי שלום װאלאװםקי און ישראל עסטרײך זענען אריץ אין א שטוב װו ײדן האבן געשפילט אין קארטן. אונטער דער דראונג מיט א רעװאלװער האבן זיי צוגענומען דאס געלט, װאס איז געלייגט אויפן טיש און געקויפט דערפאר געװער. װען דאס איז דערגאנגען צו די דײטשן, האבן זיי געפאדערט, אז מען זאל זיי ארויסגעבן די 4 ײדן. היות מען האט דאס נישט געטאן, האבן זיי גענומען 10 ײח צװישן די, װאס האבן געארבעט אין ״דיטץ■׳ און זיי דערשאסן. צװישן די דערשאסענע זענען געװען: ױםף נחמיה נאטערמאן, ישראל פיעקאזש, ראזענשטאק, חײם מאיר און איטשע הײבלום. אויםגענומען דורך | חײם לײכמאן אבא דישע ל די ערשטע רציחות ביים אויסבראך פון דער צוױיטער װעלט־מלחמה האט מען אין לוקאװ צװישן אנדערע מאביליזירט אויך בערטשע גאנסקי און אהרן קרעלנבוימס זון — זיץ ערשטן נאמען געדענק איך נישט. װען זיי זענען געקומען אויף זייערע מאביליזיר־פונקטן, האט בערטשע גאנסקי באקומען מיליטערישע מלבושים — ער האט געהערט צו דער פיע־ כאטעו דאקעגן פאר קדעלנבוימען, א קאװאלעריסט, איז נישט געװען די געהעריקע אויסשטאטונג, און דערפאר האט מען אים צוריקגעשיקט אהײם. בערטשע גאנםקין האט מען אפגעשיקט אין זיץ פולק,

passage_0d256dd959b55ad0e19deecc
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1343-1510

צװיי טעג נא ך דעם װױקרעלנבוים האט זיך אומגעקערט אהײם, איז זי ץ זײדע, יאסל מאטעסלײבם, געשטארבן. עם זענען געקומען די תכריכים־נײער און בעת זײ האבן

passage_c0c7617bf90fa11ffcf04572