םפר לוקאװ 425 שוין געהאלטן בײם ענדיקן די ארבעט, איז גראד פארגעקומען אן אנפלי פון דער דײ־ טשער אװיאציע, װאם האט דורכגעפירטא באמבארז־ירונג פון דער געגנט. דער גבאי פח דער חברה קדישא, יעקב גאנםקי, האט באפוילן ארויםצוטראגן דעם מת אויפן פרייען פלאץ. װי נאר מען האט אים באװיזן ארויםצוטראגן, איז אין דעם הויז ארײןא באמבע, װאם האט געטראפן דעם צוריקגעקומענעם קרעלנבוים, זיץ טאטע־מאמע און פיל אנדערע מענטשן. די אלע געפאלענע האט מען ארויםגעטראגן אין דרויםן.
באלד נאך דער באמבארדירונג האט זיך ארגאניזירטא רעטונגם־גרופע, װאם האט זיך פארנומען מיטן אפערנעמען פון אונטער די חורבות די פארװונדעטע. אויך איד האב געהערט צו דער גרופע. אויפן רוף פון יעקב גאנםקי האבן מיר גענומען ארויםציען פון אונטער די אײנגעפאלענע װענט די דערהרגעטע און פארװונדעטע. װען איך בין צוגע־ קומען צום הויז, האב איך דערזען, אז אונטערא בעלקע ליגט צוגעדריקטא ײנגל פון א יאר 12. ער האט געהײםן קאפעלע, זיץ פאטערם נאמען איז געװען פםח, און זיץ מאמעם— פעשע גיטל. דער טאטע איז ארומגעלאפן זוכן דאם ײנגל. װען ער האט דערהערט די קרעכצן פון אונטערא בעלקע: ״טאטע, ראטעװע מיך, די בעלקע דער־ דריקט מיך״. דער טאטע איז שנעל צוגעלאפן, אבער װען ער האט אראפגענומען די בעלקע, האט זי צונויפגעדריקט בײדע, פאטער און זון, און מען האט זײ שוין נישט געקענט אפראטעװען. איך האב דערהערט שרעקלעכע געשרײען פון ליפע זײפנזידערם הױז. איך האב דערהערט דערשטיקטע קולות: ״דישעל, דישעל, ראטעװעט מיך׳ איך לעב נאך, און יענע דארט זענען דאך שוין טויט!״ װען איך בין צוגעלאפן אהין האב איך דערזען׳ אז דאם ליגט דארטא פארשאטענע אלטע דװאשעם מיט איר טאכטער און צװײ קינדער. מען האט ארויםגעזען בלויז איר קאפ. מיר איז געקומען צו הילף יאםעלע נאטערמאן און מיר האבן זײ ארויםגעצויגן לעבעדיקע.
איך האב זיך אומגעקוקט און דערזען לויפןא פרוי. זי איז געװען אײן שטיק בלוט. איך האב די פרוי ארײנגענומען צו מיר אין שטוב. מײן פרוי האט זיך מיט איר פארנומען, געגעבן די ערשטע הילף, זי ארומגעװאשן, און דאן האבן מיר דערזען, אז עם פעלט איר אן אויג. איר גאנצער קערפער איז געװען צעקאליעטשעט. ערשט איצט האבן מיר אין איר דערקענט יצחק יאפאנים שװעםטער, מעכל. װען זי איז געקומען צו זיך, האט זי אנגעהויבן וױינען און שרײען: וװ איז מיץ מאן, װו זענען מײנע קינדער ן״ די רעטונגם־אקציע האבן מיר געפירט אן אויפהערא גאנצע נאכט. מיר האבן ארױםגעשלעפט פון אונטער די חורבות טויטע אץ לעבעדיקע. אין דער פרי זענען מיר ארוים באקוקן דעם גאנצן שטח, װו מען האט געװארפן די באמבעם. מיר זענען דורכגעגאנגען די קאנאלאװע־גאם און װען מיר זענען צוגע־ קומען צום הויז, וװ עם האט געוװינט איטשע װאםערטרעגער, זענען מיר געבליבן דערשטוינט: דער מעכטיקער דרוק פוןא באמבע האט ארײנגעװארפן דאם הויז אין א גרוב פון20 מעטער די טיף אץ אויףא מרחק פון10 מעטער וװ עם איז פריער געשטאנען. מיר האבן זיך געדארפט אײנבײגן, כדי צו דעדזען דעם דאך פון הויז.