Original scan
Original memorial-book scan 434
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1101

430 םסר לוקאװ מען זאל מיט זײ מיטפארן.א טײל פון מימ פאמיליע איז אװעק מיט דער רויטער ארמײ זײ זענען אבער צוריקגעקומען פון בריםק. דעם 5טן אקטאבער, װאם איז גראד אויםגעפאלן אין שמחת תורד״ זענען די דײטשישע רוצחים אױין קײן לוקאװ׳ און באלד האבן זיך אנגעהויבן אונדזערע צרות. דאם ערשטע האבן ז*י דעמאלירט די שול און חרוב געמאכט דאם בית־מדרש. אין בית־המדרש האבן זײ ארויםגעריםן די פאדלאגעם׳ פארברענט די םפרים און פאר־ װאנדלט דאם בית־מדרש איןא פערדשטאל. דאן זענען זײ אװעק אין דער גמינע און געפאדערט בײם פרעזעם משה אהרון וױינטרויב, אז ער זאל זײ געבן מענטשן צו דער ארבעט. די מענטשן האבן זיך געדארפט צושטעלן אויפן קאשטשאל־פלאץ30ל אין דער פרי. מיליטערלײט מיט נאגײקעם אין די הענט האבז געטריבן די ײדן און געשלאגן מכת רצח. שפעטער האבן זײ זיך ארויסגעלאזט איבער דער שטאט און געכאפט װער עם איז זײ געקומען אונטער דער האנט. גלײכצײטיק האבן זײ אנגעהויבן רויבן די ײדישע שטובן און קראמען. אויך פח מײן געװעלב האבן זײ ארויםגענומען די גאנצע םחורה פון איחן און פאפיר־מאטעריאלן.

passage_422ac21b5173a51cb9839c9f
Passage 2normalized OCR · source chars 1103-2201

דעם 15טן נאװעמבער, מיטװאך, איז די געשטאפא אנגעקומען פון ראדזין. זײ זענען אװעק אויף װארשעװער גאס, אריץ צו דוד ליכטענשטײן אין שענק און דארט אלץ צעבראכן. דאס זעלבן האבן זײ געטאן אין געשעפט בײ גרשון פלוג און בײ מענדל וױינבערג אין שענק. דארט האבן זײ אלעמען צעשלאגן און דערשאםןא מײדעלע— נישט פון די װײנבערגס, איך קאן זיך נישט דערמאנען איר נאמען. דאנערשטיק זענען די דײטשן ארויף צום פרעזעס משה אהרון װײנטרויב און גענו־ מען ביי אים די רשימה םון די גרויסע עטאט־צאלער, דאם הײםט— פון די ױיכערע ײדן. מען האט נאך נישט געוװםט׳ װאם זײ זענען אויסן דערמיט. אויף צו מארגנס אין דער פרי בין איך אװעק עפעם דערלײדיקן אין מאגיםטראט. אויפן װעג האב איך געזען װי געשטאפא פירט מנשה שפילפויגל. וױיטער האב איך באמערקט װי מען פירט םאנע דראנגאל׳ און באלד נאך אים— הערש לײזער לענדער. איך האב באשלאםן שוין נישט צו גיץ אין מאגיםטראט׳ נאר אומקערן זיך אהײם און זיך באהאלטן. בײ מיץ הויז האבן שוין געװארטא געשטאפאװיעץ אוןא פוילישער פאליציאנט. זײ האבן מיך אויפן ארט פארהאלטן.

passage_661a6253665cc8997fad5011
Passage 3normalized OCR · source chars 2203-2883

זײ האבן מיך אװעקגעפירט אין דער קאאפעראטיװער קאםע בײ דער םטאראסטװע. דארט האט מען מיך געשלאגן בײם פארשרײבן מיך און פארשפארט איןא פארקראטע־ װעטן צימער. דארט זענען שוין געװען פארשפארט8 לוקאװער גלחים׳ דער אדװאקאט יאקוב׳ װאם איז שפעטער געװען אן אקאװיעץ׳ פיליפעק פון געריכט׳ הערש לײזער לענדער׳ םאנע ברינזל׳ מנשה שפילפויגל׳ שמחה לענדער׳ אדװ. ביאליסטאצקמ דוד עםיג־ מאכערס אײדעם (קײמאן). דארט האט מען אונדז געהאלטן ביז3א זײגער. הערש ליתער לענדערן האט מען אפגעשניטן די בארד מיטא שטיק גאמבע. דאן האט מען אונדז ארײנגעפירט איןא גרויסן אפענעם אויטאמאביל• עס האט געגאםןא רעגן. דאם איז געװען פתיטיק פאר

passage_fc9eba90ee98cdd9d4bce71e