Original scan
Original memorial-book scan 435
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1088

ססר לוקןווו 431 ליכט־צינח׳ דעם ערשטן טאג חנוכה. אונדזערע פרויען זענען געשטאנען ביים שפאציר־ גארטן און צוגעזען װי מען פירט אונדז אװעק מיטן אויטאמאביל. דער אויטא איז אװעק צום דאמאנינער װאלד און דארט זיד אפגעשטעלט. מיר זענען זיכער געװען׳ אז דא׳ אין דעם װאלד׳ װעט זימ אונדזער סוף. דער אנפי־ רער פון דער גאנצער קאמפאניע׳ בירגער ימח שמו (ער לעבט נאך. איך האב אים דערקענט לויטא פאטאגראפיע׳ בעת מען האט מיך גערופן קיין הוםטען אפגעבן עדות־ דערקלערונגען װעגן דער לוקאװער געשטאפא)׳ האט דערקלערט׳ אז װער עס װעט מאכןא פהװ צו אנטלויפן׳ אדער אפילו נעמען רעדן׳ װעט װערן דערשאםן אויפן ארט. מען האט אונדז אבער אפגעפירט קימ לובלין. אײדער מען האט אונדז ארײנגעלאזט אין צעלע׳ האט מען אונדז שטארק צעשלאגן. מיט אונדז אין קאמער האבן זיד אויד געפונען2 ײדישע דאקטוירים פמ כעלם: זײפען און צוקערפימ׳ בםך־הכל זענען מיר געװען אין קאמער19 פערזאן—10 פאליאקן און9 ײדן. אין צודיטן אװנט האט מען דערשאםן אײנעם פון די דאקטוירים׳ אין אן אװנט שפעטער— דעם צוױיטן דאקטאר.

passage_934c54234bcfb541bcc0407c
Passage 2normalized OCR · source chars 1090-2311

נאד לאנגע באמױנגען פון אונדזערע משפחות און איבערקויפן די דײטשן מיט םחורות׳ געלט און צירונג איז געלונגען אונדז צו באפרײען און מיר זענען אװעק פון לובליןא הײם קײן לוקאװ. דארט האב איך שוין געטראפן אין שטוב די הײמלאזע פא־ מיליעם— דעם םװואלקער רבם אײדעם׳א פאמיליע פון5 פערזאן פון סעראצק און דוד הערש שידלאװםקי פון לוקאװ מיט זײן טאכטער און איר קינד׳ װעמענס הויז עם איז געװארן פארברענט דעם 16טן סעפטעמבער בעת דער שטראף־עקםפעדיציע. דאם לעבן פון די ײדן אין לוקאװ איז מיט יעדן טאג געװארן אלץ שװערער. חוץ די קלעפ װאס מען האט געגעבן בײ יעדער געלעגנהײט׳ האט מען ארויםגעגעבןא בא־ פעל׳ אז יעדער ײד פון13 יאר אן דארף טראגןא באנד מיטא מגן־דוד. שפעטער האט מען דאס פארביטן אויף געלע לאטעם. דאם לעבן פון די ײדן איז געװען הפקר. מען פלעגט דערשיסן ײדן אין מיטן גאס. אז מען האט געפאדערט פון ױדענראט500 ײדן אויף ארבעט און עם איז געלונגען צו שאפן בלויז 300׳ האבן די דײטשן געכאפט מענטשן׳ געשלאגן און געשאםן. זײ זענען אװעק צו משה אהרון װײנטרויב׳ אז ער זאל אײםקויםן די200 פערזאן׳ און װען ער איז דאם נישט געװען בכוח צו טאן׳ האט מען אים אװעקגע־ שיקט איןא טויטלאגער.

passage_04ead290f6efd9c815d320f2
Passage 3normalized OCR · source chars 2313-2855

דער דײטשער לאנדראט האט באשטימט דעם ױדענראט׳ װאם איז באשטאנען םמ פאלגנדיקע12 מיטגלידער: פנחם בראט (פרעזעם)׳ הערש לימער לענדער׳ מענדל פרידמאן׳ דוד ליבערמאן׳ שמחה ראזענפעלד׳ אשר לעװענזאן׳ דוד הערש נײמאן׳ ישעיה ראזענבליט׳ גרשח פלוג׳ הערשל לערמאן׳ האפער און איד• דער װילקיר איז געװען נישט צום באשרײבן. יעדן טאג זענען געקומען אנדערע געשטאפא־לײט כדי אויםצופרעםן םחורה אדער געלט. איח מאל זענען פרײטיק צו נאכטם געקומען2 ביאלער געשטאפאװצעם און געפאדערט שטיװל מיט אנצוגן• װען די האבן

passage_dbd866e0df7d3977a70ea2cf