Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 434
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1101

430 םסר לוקאװ מען זאל מיט זיי מיטפארן. א טייל פון מימ פאמיליע איז אוועק מיט דער רויטער ארמײ זײ זענען אבער צוריקגעקומען פון בריםק. דעם 5טן אקטאבער, װאם איז גראד אויסגעפאלן אין שמחת תורד״ זענען די דײטשישע רוצחים אױפן קײן לוקאװ׳ און באלד האבן זיך אנגעהויבן אונדזערע צרות. דאס ערשטע האבן ז*י דעמאלירט די שול און חרוב געמאכט דאס בית־מדרש. אין בית־המדרש האבן זיי ארויםגעריסן די פאדלאגעם׳ פארברענט די םפרים און פאר־ װאנדלט דאס בית־מדרש אין א פערדשטאל. דאן זענען זיי אוועק אין דער גמינע און געפאדערט בײם פרעזעס משה אהרן װױינטרויב, אז ער זאל זיי געבן מענטשן צו דער ארבעט. די מענטשן האבן זיך געדארפט צושטעלן אויפן קאשטשאל־פלאץ 30 ל אין דער פרי. מיליטערלײט מיט נאגײקעם אין די הענט האבז געטריבן די ײדן און געשלאגן מכת רצח. שפעטע ר האבן זיי זיך ארויסגעלאזט איבער דער שטאט און געכאפט ווער עם איז זיי געקומען אונטער דער האנט. גלײכצײטיק האבן זיי אנגעהויבן רויבן די ײדישע שטובן און קראמען. אויך פח מײן געװעלב האבן זיי ארויםגענומען די גאנצע םחור ה פון איחן און פאפיר־מאטעריאלן.

passage_422ac21b5173a51cb9839c9f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1103-2201

דעם 15טן נאװעמבער, מיטװאך, איז די געשטאפא אנגעקומען פון ראדזין. זײ זענען אװעק אויף װארשעװער גאס, ארי ץ צו דוד ליכטענשטײן אין שענק און דארט אלץ צעבראכן. דאס זעלבן האבן זײ געטאן אין געשעפט בײ גרשון פלוג און בײ מענדל וױינבערג אין שענק. דארט האבן זײ אלעמען צעשלאגן און דערשאם א מײדעלע — נישט פון די װײנבערגס, איך קען זיך נישט דערמאנען איר נאמען. דאנערשטיק זענען די דײטשן ארויף צום פרעזעס משה אהרן װײנטרויב און גענו־ מען בײ אים די רשימה פון די גרויסע עטאט־צאלער, דאס הײסט — פון די ױיכערע ײדן. מען האט נאך נישט געװוסט, װאם זײ זענען אויסן דערמיט. אויפן צו מארגנס אין דער פרי בין איך אװעק עפעס דערלײדיקן אין מאגיסטראַט. אויפן װעג האב איך געזען װי געשטאפא פירט מענטש שפילפויגל. װייטער האב איך באמערקט װי מען פירט םאנע דראנגאל׳ און באלד נאך אים — הערש לײזער לענדער. איך האב באשלאסן שוין נישט צו גײן אין מאגיסטראַט, נאר אומקערן זיך אהײם און זיך באהאלטן. בײ מײן הויז האבן שוין געװארט א געשטאפאוויץ און א פוילישער פאליציאנט. זײ האבן מיך אויפן ארט פארהאלטן.

passage_661a6253665cc8997fad5011
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2203-2883

זײ האבן מיך אװעקגעפירט אין דער קאאפעראטיװער קאםע בײ דער םטאראסטװע. דארט האט מען מיך געשלאגן בײם פארשרײבן מיך און פארשפארט אין א פארקראטע־ װעטן צימער. דארט זענען שוין געװען פארשפארט 8 לוקאװער גלחים׳ דער אדװאקא ט יאקוב׳ װאם איז שפעטע ר געװען אן אקאװיעץ׳ פיליפעק פון געריכט׳ הערש לײזער לענדער׳ םאנע ברינזל׳ מנשה שפילפויגל׳ שמחה לענדער׳ אדװ. ביאליסטאצקמדודעםיג־ מאכערס אײדעם (קײמאן). דארט האט מען אונד ז געהאלטן ביז 3 אזײגער. הערש ליתער לענדערן האט מען אפגעשניטן די בארד מיט א שטיק גאמבע. דאן האט מען אונז ארײנגעפירט אין א גרויסן אפענעם אויטאמאביל • עס האט געגאםן א רעגן. דאם איז געװען פתיטי ק פאר

passage_fc9eba90ee98cdd9d4bce71e