םסר לוקאוו 39 דארט באזעצט, פיל איך װי די קנאה פאר מיץ געבוירן־שטאט לוקאװ פרעסט מיך אויף אץ די שאנדע פון אירע שענדערם פארדעקט מיד• די דאזיקע שטאט (ד. ה. לוקאװ) איז נאענט פון דער שטאט מעזריטש. פאר װאס זאל זי זיך נישט אפלערנען נאכצוטאן איר ביישפיל י״... אן אינטערעםאנטער בריװ׳ װארעם ער באװיחט, אז לוקאװ האט שוין דעמאלט געהאט לײענער פון דער ״הצפירה״ (װען נישט— פאר װעמען האט ער געשריבן די קארעםפאנדענץ ן), ײדן, װעלכע האבן געשריבן לשון־קודש אין םטיל פון די משכילים, װאס איז דעמאלט געװען אנגענומען. אבער משמעות, אז אין לוקאװ האט אזא ײד אפשר מורא געהאט ארויםצוקומען אין דער עפנטלעכקײט. אזא אײנער האט געקענט פארשריגן װערן אלם אפיקורם. װארעם לוקאװ איז געװען דורך אװ דורך חםידיש- בעת מעזריטש איז שוין דעמאלט געװעןא פארגעשריטענע שטאט, װאס האט געװאגט צו עפענעןא מאדערנע תלמוד תורה. ם׳קאן זיץ, אז עפשטײן איז מחמת דעם אװעק פון לוקאװ און זיך באזעצט אין מעזריטש. ער איז נישט געװען דער אײנציקער.א צװײטער בן עיר זײנער (כ׳בין אבער נישט זיכער, אויב ער איזא געבוירענער אין לוקאװ), איז געװען דער משכיל און מלומד חײם אליעזר מושקאט. ער האט געשטאמט פון דעם גוט באקאנטן פדאגער רב און גוטער ײד, ר׳ ישעיהלע מושקאט.
אין מעזריטש האט ער זיך אפגעגעבן מיט געבן לעקציעס אין העברעיש א. א. שפראכן. ער האט געשריבן אריגינעלע װערק אין העברעיש און איבערגעזעצט אין דײטש און העברעיש. ער האט אויך איבעדגעזעצט די ״הגדד, של פסח״ אויף ײדיש אין פערזן. ביים וויגעלע פונעם ציוניזם כאטש לוקאװ איז געװען דורך און דורך חםידיש און איז געשטאנען אונטער דער השפעה פון דער אנטי־צױניםטישער שטעלונג מצד די אדמו״רים, האט די צױניםטישע באװעגונג נישט איבערגעהיפערט אויך די שטאט.
ס׳איז בכלל נישט גרינג געװען פארא פרומען ײד אין יענער צײט צו אידענטי־ פיצירן זיך מיטא באװעגונג, אין װעמענס שפיץ עם זענען געשטאנען ײדן, װאם זענען נישט געװען פדזם. ם׳האט זיך געפאדערט פיל מוט און אידעאליזם, םפעציעל אין אזא חםידיש שטעטל, װי לוקאװ. אבער עם איזא פאקט, אז שוין אין דעם סאמע אנהײב פון דער צױניםטישער באװעגונג איז אין לוקאװ געװעןא גרופע, װאם האט זיך אידענטי־ פיצירט מיט דער באװעגונג און זיך באמיט צו פאפולאריזירן דעם צױניסטישן געדאנק. װעגן דעם לײענען מיר איןא באריכט, װאס איז דערשינען אין דער גוט באקאנטער װאכנצײטונג ״המליץ״־־י• און װאם מיר ציטירן דא אין דער ײדישער איבערזעצונג• ״פון לוקאװ איז מען מודיע, װען דער משכיל ישראל (דארף זײן לײזער מ. ע.) בײניש גאלדפארב פון מעזריטש איז דורכגעפארן אונדזער שטאט— און ער איזא מענטש• װאם איז בלב ונפש איבערגעגעבן דעם ציוניסטישן אידעאל; און ער האט שוין פארגע-