Original scan
Original memorial-book scan 44
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1357

40 םםרלוק? װ טראגן װעגן דעם צױניזם אין אסך גרויסע שטעט בחינם, אן באלװינט צו װערן — האבן אים אסך שטאט־מענטשן(ד• ה• לוקאײעס געבעטן, אז ער זאל אויך פאר זיי רעדן איבער די צױניסטישע צילן און שטרעבונגען. ער האט אנגענומען זייער בקשה און ער האט זײ אויפגעקלערט די װיכטיקײט פון ישוב ארץ־ישראל. אין דינע װערטער האבן זיך אײנגעבאקן אין די הערצער (פון די צוהערערס און האבן געמאכט א זײער שטארקן רושם און זײ זענען צוגעשטאנען צום אידעאל׳ און אויך בײגעשטײערט געלט פאר צױן׳. כאטשע ם האט נישט געקענט זיץ קײץ רײד פון א גרויסער צױניסטישער טעטיקײט אין יענע צייטן אין אזא שטאט װי לוקאװ, איז אבער די באװעגונג געװען רעפרעזענ ־ טירט מיט אירע פארשידענע גרופעם, װאם האבן שוין דעמאלט עקזיסטירט. נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה, אונטער דעם דרוק פון דער באלפור־דעקלארא־ ציע, םאן רעמא און דעם מאנדאט, האט די צױניסטישע באװעגונג באקומען פליגל. װי א םטיכישע כוואליע האט זי זיך צעשפרײט איבער גאנץ פוילן, איינגעשלאםן לוקאװ. באלעבאטישע פרומע יידן און יונגעלײט האבן מער נישט מורא געהאט פאר רעפרע־ םיעס מצד די חסידישע אנטי־ציוניםטן. דער קאנטראל פון די חסידישע אז־מור״ים איבער די מאסן איז געװארן שװאך, די ײת זענען געװארן פאליטיש אריענטירט, און דער ציוניזם איז געווארן א גרויסער יש פאר די ײדן אויך אין לוקאװ.

passage_5c921fdcadcc3367318b0771
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1359-1888

אין אנהײבן פון די צװאנציקער יארן האט דער שרײבער פון די שורות געהאט דעם כבוד אויפצוטרעטן אויף א ציוניסטישער פאכאמלאונג צוזאמען מיט חױת א בוםעל און אורי צבי זאםלאװםקי פון נהלל, װעלכע זענען געװען אין שליחות פון דעם קרן־קימת. דער שרײבער פון די שורות האט שוין דעמאלט געטראפן צױניסטן פון אלע שאטירונגען ) אלגעמײנע צױניסטן, מזרחיםטן, צעירי צױן אץ פועלי־צױן. לוקאװ האט ארויםגעגעבן א צאל חלוצים, װעלכע האבן צוזאמען מיט אנדערע ברידער חלוצים געלײגט דעם יםוד פון מדינת ישראל.

passage_1fe3a7b3fb6a33f0b0d66125