Original scan
Original memorial-book scan 444
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-631

440 םםר לוקןןװ םון שולהויף ארויםגעגומען די געבליבענע מענטשן צוא דורכפארנדיקן ״טראנספארט״. צװישן זײ איז אייד געװען מיין שװיגער ע״ה. 4 קילאמעטער הינטער דער שטאט, אויפן זשעלעכאװער װעג, האט זיך געפונען א .םלאצװוקע״ אין דער מיליטערישער קאזארמע לאפיגוז. האט מען די ארבעטער פון דארט אויך געברענגט שלאפן צו אונדז אין שולהויף. מיר זענען געשלאפן אין דער גרויםער שול אויף די פעק בעטגעװאנט.א םך מאל פלעגן אין מיטן נאכט ארײנקומען דער געםטאפא־שעף בירגער און דער פאלקםדײטש גוימאן פון לאזע, און באלויכטנדיק אונדז מיט טאשנלעמפלעך קאנטראלירט צי מיר זענען אלע פאראן.

passage_fd8c6a869a22af5acd350a6c
Passage 2normalized OCR · source chars 633-1863

איןא זונטיקדיקן טאג איז פון ראדזין געקומען דער קרײזשעף פישער, צונויפגערופן די ײדישע פאליצײ און געמאלדן, אז פון קאצק װעלן בײ נאכט קומען ײדן. מען זאל זיי ארײננעמען אין די היתער אויף יאטקע־גאס. מארגן װעט ער אלײן אײנארדענען דא א גרויםן געטא אויף עטלעכע גאסן. בײ נאכט זענען טאקע אנגעקומען די קאצקער ײדן אויף פוילישע פורלעך. געסטאפא ר,אט זײ אפגעװארט אויפן ראדזינער שאסיי און זײ ארײנגעפירט אויפן הויף פון ״ראדזינער קאשטשאל״ דארט האט מען די אלע גרינטלעך רעװידירט. שפעטער האט מען זײ אלעמען׳ מיט די פעק׳ געבראכט אויף דער יאטקע־ גאם, אויף קאנאלאװע אוןא טײל פון דער מעזריטשער גאם. די מענטשן האבן נישט געוװםט וװ זיך אײגצוארדענען. ביז2 בײ נאכט האט געדויערט דאס געלויף.א סך זענען געבליבן אין גאס אויף זייערע פעק, מיט די קלײנע קינדער אויף די הענט. דער שעף בירגער האט פון אונדז צוגענומען אויף נעכטיקן אין מאגיםטראט די פאכלײט: אבוש מילער—א שנײדער, מיכאל בלאכאװיטש און בנימין םרעברניק— שלאםערם, און חײם מאטעם מאנדלבוים—א מאלער. זײ זענען געװען נײטיק צום פארענדיקן דעם נײעם ארעםט אויפן מאגיםטראט־הויף. װען איך האב זיך דאם דערוװםט, האב איך תיכף וועגן דעם געמאלדן פינף פערזאן.

passage_a1682b372fa9d833bbdc09af
Passage 3normalized OCR · source chars 1865-2883

עס איז קלאר געװען, אז מארגן װעט פארקומען אן ״אקציע״ און דערפאר דארף מען װידער זיך באר,אלטן. איך, מײן שװער, מענדל לוםט, נח פלאמאן, שמעון ריבאק און יאנקל געפען האבן זיך באהאלטן איןא םכראן בײ ױםף בארנשטײן. װען ם׳איז טאג געװארן האבן מיר געהערט, װי ישראלטשע ראבאק,א ײדישער פאליציאנט, גײט ארום און שרײט: ״ײדן, קומט ארוים— ליגט אין דר׳ערד״' מיר האבן פארשטאנען, אז די שװארצע חתונה האט זיך אגגעהויבן, אין יענעם טאג האט מען אװעקגענומעןא םך קאצקער און אויך לוקאװער ײדן. װידער זענען געשאסענע געלעגן אויף די גאםן. אויף צו מארגנם זענען אלע ארויס פמ די באהעלטענישן און זיך װידער געטמען צו דער ארבעט. איך און יאנקל געפען זענען נאך געבליבן אין םכראן. בײ נאכט האט מען מיר איבערגעגעבן, אז דער שעף בירגער פרעגט זיך אויף מיר. איך בין געלעגן אין באהעלטעניש נאך עטלעכע טעג און איןא פארטאג בין איך אװעק צו דער באן, וװ ײדן ארבעטן, און זיך אויסגעמישט מיט זײ, פאר5 טויזנט זלאטעס האט זײער שעף

passage_d9067eac8d666e0fde23ef8f