Original scan
Original memorial-book scan 445
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1312

סםר לוקאו ו 441 מיר דערלויבט צו בלייבן דארט ארבעטן. די באדינגונגען זענען דארט געװען שװערע. געשלאפן איז מען אויף דער הױלער ערד • נאך א 2־3 װאכן ארבעטן דארט זענען אלע אונדזערע באראקן געװאח ארומגערינגלט מיט פארשידענע װאכלײט. מען האט אונדז ארױסגעפירט אויפן װעג, װאם פירט אין שטאט ארײן און אױסגעשטעלט צו 3 פערזאנען אין א רײ. דער לאגע־פירער רעקמאן האט פארלאנגט 2 שנײדערם, 2 שוםטערם און 10 בלעכערם. מ׳האט ארויסגענומען פון אונדזערע רײען ־ די צוױי ברידער באראדסקי(שנײדערס), מאטל טאבאקמאן מיט זײן פאטער פײװל, זײן שװאגער, אלטער יאװעץ און נאך 6 געהילפן־בלעכערם. מיר אלע האבן געקוקט אויף זײ מיט קנאה. אונדז האט מען אפגעפירט צום זאמלפונקט אויפן חזיר־מארק. דארט האבן שוין געװארט א םך מענטשן און מ׳האט געהאלטן אין אײן ברענגען פרישע גרופעס ײח — פון טארטאק, פץ לאפיגוז א״א . אין א 2 שעה ארום איז אנגעקומען דער שעף בירגער און אויך די ײדישע פאליצײ, כדי ארויסצונעמען די מענטשן, װאם האבן געארבעט אין שולהויף. איך בין אריץ אין די רײען צחאמן מיט הענעך בערמאן און לײזער אײדעלמאן. בײ א 100 פערזאן זענען מיר געװארן אפגעפירט אויפ שולהויף, װערנדיק באגלײט דורך דער ײדישער פאליצײ. פץ הינטן איז געגאנגען בירגער מיט נוימאנען און אכטונג געגעבן, אז מען זאל די גחפע נישט טשעפען .

passage_af19f9b12379aa225c8e9bbc
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1314-2487

די אנדער עײדן זענען אװעקגעפירט געװארן אין זײער לעצטן װעג איבערלאזנדיק אויפן װעג דערשאסענע. די חברה־קדישא האט װידער געהאט ארבעט. עם איז ארויס א באפעל, אז דער געטא װערט געקירצט און װעט זיך געפינען אויף יאטקאװא און קאנאלאװא. אד,ין דארפן אלע זיך איבערטראגן. א צװײטער באפעל איז ארויס, אז אלעס זאלן זיך מעלדן אויף יאטקע־גאם, כדי צו באקומען ברויטקארטן און ארבעטם־פלאצװוקעם, װען די מענטשן האבן זיך געפונען אין גאם, זענען אנגעקומען זשאנדארמעריע און פאליצײ און דעם גאנצן עולם אריעגעפירט אין מאגיםטראט. איך בין דאן געװען ביי דער ארבעט אויפן בית־עלמין. בײ נאכט האט מען געהערט במשך פון 2 שעה א שיםערײ אויפן מאגיםטראט־ הויף. װען ם׳איז געײאח טאגע האבן זיך באװײזט אין גאס די מענטשן מיט די שילדלעך אץ די ײדישע פאליצײ. באלד איז באוװםט געװארן, אז אויפן מאגיםטראט־ הויף האט מען דערשאםן ביי נאכט 80 קינדער. 10 א זײגער אין דער פרי האט מען די דערװאקםענע ארויםגעפירט צום בית־עולם אין מאלצענאװאץ זײ דארט דערשאםן צוזאמען מיט די חברה־קדישא־לײט, װאם האבן דארט געארבעט. מיר אלע אויפן שולחויף האבן פון גארנישט געװוםט. 2 א זײגער האבן זיך באװיזן

passage_388bb0122c62b4c57d109ebb