Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 444
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-631

440 םםר לוקןןװ םון שולהויף ארויםגעגומען די געבליבענע מענטשן צוא דורכפארנדיקן ״טראנספארט״. צװישן זײ איז אייד געװען מיין שװיגער ע״ה. 4 קילאמעטער הינטער דער שטאט, אויפן זשעלעכאװער װעג, האט זיך געפונען א .םלאצװוקע״ אין דער מיליטערישער קאזארמע לאפיגוז. האט מען די ארבעטער פון דארט אויך געברענגט שלאפן צו אונדז אין שולהויף. מיר זענען געשלאפן אין דער גרויםער שול אויף די פעק בעטגעװאנט.א םך מאל פלעגן אין מיטן נאכט ארײנקומען דער געםטאפא־שעף בירגער און דער פאלקםדײטש גוימאן פון לאזע, און באלויכטנדיק אונדז מיט טאשנלעמפלעך קאנטראלירט צי מיר זענען אלע פאראן.

passage_fd8c6a869a22af5acd350a6c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 633-1863

אין א זונטיקדיקן טאג איז פון ראדזין געקומען דער קרײזשעף פישער, צונויפגערופן די ײדישע פאליצײ און געמאלדן, אז פון קאצק װעלן בײ נאכט קומען ײדן. מען זאל זיי ארײננעמען אין די היתער אויף יאטקע־גאס. מארגן װעט ער אלײן אײנארדענען דא א גרויסן געטא אויף עטליכע גאסן. בײ נאכט זענען טאקע אנגעקומען די קאצקער ײדן אויף פוילישע פורלעך. געסטאפא ר,א ט זײ אפגעװארט אויפן ראדזינער שאסײ און זײ ארײנגעפירט אויפן הויף פון ״ראדזינער קאשטשאל״ דארט האט מען די אלע גרינטלעך רעװידירט. שפעטע ר האט מען זײ אלעמען ׳מיט די פעק׳ געבראכט אויף דער יאטקע־ גאס, אויף קאנאלאװע און א טייל פון דער מעזריטשער גאס. די מענטשן האבן נישט געוװםט װי זיך אײגצוארדענען. ביז 2 בײ נאכט האט געדויערט דאס געלויף. א סך זענען געבליבן אין גאס אויף זייערע פעק, מיט די קלײנע קינדער אויף די הענט. דער שעף בירגער האט פון אונדז צוגענומען אויף נעכטיקן אין מאגיסטראט די פאכלײט: אבוש מילער — א שנײדער, מיכא ל בלאכאװיטש און בנימי םרעברני ק — שלאםערם, און חײם מאטעם מאנדלבוים — א מאלער. זײ זענען געװען נײטיק צום פארענדיקן דעם נײעם ארעםט אויפן מאגיסטראַט־הויף . װען איך האב זיך דאם דערוװםט, האב איך תיכף װעגן דעם געמאלדן פינף פערזאן.

passage_a1682b372fa9d833bbdc09af
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1865-2883

עס איז קלאר געװען, אז מארגן װעט פארקומען א ״אקציע״ און דערפאר דארף מען װידער זיך באר,אלטן. איך, מײן שװער, מענדל לוםט, נח פלאמאן, שמעון ריבאק און יאנקל געפע ן האבן זיך באהאלטן אין א םכראן בײ ױםף בארנשטײן. װען ם׳איז טאג געװארן האבן מיר געהערט, װי ישראלטשע ראבאק, אײדישער פאליציאנט, גײט ארום און שרײט: ״ײדן, קומט ארויס — ליגט אין דר׳ערד״ ' מיר האבן פארשטאנען, אז די שװארצע חתונה האט זיך אגגעהויבן, אין יענעם טאג האט מען אװעקגענומען א םך קאצקער און אויך לוקאװער ײדן. װידער זענען געשאסענע געלעגט אויף די גאםן. אויף צו מארגנס זענען אלע ארויס פ ם די באהעלטענישן און זיך װידער געטמע ן צו דער ארבעט. איך און יאנקל געפע ן זענען נאך געבליבן אין םכראן. בײ נאכט האט מען מיר איבערגעגעבן, אז דער שעף בירגער פרעגט זיך אויף מיר. איך בין געלעגן אין באהעלטעניש נאך עטליכע טעג און אין א פארטאג בין איך אװעק צו דער באן, װו ײדן ארבעטן, און זיך אויסגעמישט מיט זיי, פאר 5 טויזנט זלאטעס האט זייער שעף

passage_d9067eac8d666e0fde23ef8f