Original scan
Original memorial-book scan 447
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1158

אנשל כ״ץ א קינד צװישן רוצחים 9 יאר בין איך אלט געװען װען די מלחמה איז אויסגעבראכן. מײנע עלטערן האבן נאר געלעבט ביז יאר 1942. איך געדענק, אז בעת דער ערשטער ״אקציע״, װען מײנע עלטערן האבן זיך באהאלטן אויפן בוידעם, האט מען אנגעהויבן רעדן, אז עס זענען אנגעקומען קיץ לוקאװ אוקראינער און זײ װעלן זיך פארנעמען מיטן רודפן די ײדן. מײן קינדערישע פאנטאזיע האט דעמאלט נישט געקענט תופס זײן װאם אזױנס ע ם זענען אוקראינער. ערשט שפעטער, װען מען האט אונז אלעמען געכאפט און געשלעפט צום חזיר־מארק, האב איך דערזען די אוקראדנישע מערדער ביי זײער ״ארבעט״. זײ האבן אונז צעזעצט אין גרופעס אויפן ערד און אונז געהיטן. פארן מינדםטן פרװו צו אנטלויפן, האבן זײ דערשאםן. בײ מיר אין זכרון איז נאך אײנגעקריצט דאם בילד װי דער פרעזעס פון יודענראט, לענדער, גייט ארום צונויפנעמען אויסקויף־געלט פאר די דײטשן. איך האב געזען, װי מען פירט אים אוועק אין א זײט און מען דערשיםט אים, און װי זײן שװאגער האט זיך געװארפן אויפן דײטש און אים אנגעהויבן װערגן. אויך אים האט מען דערשאםן אויפן ארט׳ און דערנאך האבן די דײטשן אים געטראטן מיט די פים.

passage_c975bb7ce2f52058db8a1a89
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1160-2295

נאך דעם װי מען האט ארויסגעפירט פון די פארזאמלטע א גאנצע גרופע און זײ דערשאסן, האט מען די איבעריקע גענומען טרײבן אויף דער סטאציע, אין די װאגאנעס. אי ך פארשטײ נישט, װי אזוי מען האט מיך נישט צעטראטן אין דער ענגשאפ ט — אין װאגאן בין איך געװען פון די געצײלטע קינדער. באלד װי דער צוג האט אנגעהויבן גײן, זענע ן אין װאגאן געװען א ם ך דערשטיקטע. יעדער אײנער האט זיך געשטופט צו עפעס א שפאדע, כדי צו קענע ן כאפן א ביס ל לופט. מיר איז געלונגען צוצובאקומען זיך צו א שפארע און איך האב אפגעאטעמט. אי ד האב געהערט װי די דערװאקסענע רעדן צװישן זיך װעגן א מעגלעכקײט דורכצעטעגן די ברעטער און קראטן, כדי צו אנטלויפן. ע ם האב ן זיך געפונען מענטש ן מי ט מעםער ־ לעך און מיט א זעג ל און זײ האבן אנגעהויבן אויסשנײדן לעכער ארום דער טי ר א װ דורכזעגן די קראטן. געװען אזעלכע אין װאגאן, װא ם האב ן געװארנ ט קעגן מאכן די לעכער אין װאגאן, אז מען װעט אונדז דערפאר אלעמען אויסשיסן, אבער די, װא ם האבן געשניטן די לעכער און געזעגט די קראטן, האבן אפגעענטפערט, אז ם ײ װי םיר ט מען אונ ח צום טויט, אז מיר האבן נישט װא ם צו פארלירן.

passage_6f826047c9575baf0e63b088
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2297-2632

ענדלעך איז געלונגען דורכצושנײדן עפענונגען אין װאגאן. ע ם האט זיך אנגע־ הויבן א שטופעניש צום לאך. יעדער האט געװאלט שפרינגען דער ערשטער. װען די שטארקערע זענען שוין געהאט ארויסגעשפרונגען, איז מיר געלונגען צוצוקריגן זיך צו די אויפגעבראכענע קראטן. איך האב אבער נישט געקענט דערגרײכן צום פענצטערל. 443

passage_823614918735ba345ffee286