ישעיהו כה ן עמיגראציע, מלחמה, אקופאצי ע אין דעם יארצענדליק 30—1929 איז פארגעקומען א גײםטיקע און מאראלישע רעװאלוציע אין דעם ארט לעבן און דענקען פון דער ײדישער ױגנט אין די פוילישע שטעטלעד• א גרויםער טײל פץ דער ײדישער ױגנט האט אין דער אקטאבער־רעװאלו־ ציע געזען די באפרײערין פון דער גאנצער מענטשהײט, במילא פון ײדישן פאלק. זי איז געװען איבערצײגט, אז די ראטן־מאכט לײזט אל ע םאציאלע און נאציאנאלע פראבלעמען און מאכט א סוף צו יעדן אונטערדריקונג און עקםפלואטאציע. א םך פון אזעלכע יוגנטלעכע האבן אויך בײ אונדז אין לוקאװ מקריב געװען זײערע ױנגע יארן אין די טורמעם. צװישן זײ זענען געװען מרים שומאק, משה שלאכטאװיטש, שלמה זאקאליק. אין לוקאװ זענען אױך געװען טעטיק א רײ אנדער ע ױגנט־ארגאניזאציעס פון צױ־ ניםטישע שאטירונגען א מאײד פון יוגנט־בונד ״צוקונפט״. אין הײמע דיםקוםיעס האט יעדער פון זײ פארטײדיקט זיץ מײנונג און געקעמפט פאר ארײנפי ח זײן געדאנק אין א רעזאלוציע, װי דערםון װאלט געװען אפהענגיק די ישועה פון דער מענטשהײט און פון ײדישן פאלק .
אבער אין דער זעלבער צײט האט זיך אנגעהויבן דער עקאנאמישער קריזיס, װאם האט זיך באזונדער געלאזט פילן אין די קלײנע שטעטלעך • די ארבעטלאזיקײט איז געװען א שטארקע ז די יונגע טרוימער און װעלט־פארזארגער זענען געליגן אויף די פלײצעם פון די ארעמע עלטער, װאם האבן זיך געראנגלט פארן שטיקל פרנסה און נישט געהאט שבת צו מאכן . דאן איז רײף געװארן דער געדאנק װעגן עמיגראציע. דיער װײניק האבן געהאט די מאטעריעלע מעגלעכקייט דערצו. מען האט אלארמירט משפחה און קרובים אין אויס־ לאנד צו העלפן . בלױז גאר א קלײנעם טײל איז געלונגען ארויםצורײסן זיך פון פױלן און אנקומען אין א מער פרײער און עקאנאמיש־אנטװיקלט לאנד . אייד איך בין געװען פון יענע, װאם האבן נישט געזען פאר זיך קײן מענטשלעכע עקזיםטענץ אין שטעטל ׳ א מ איך האב באשלאסן אנצושטרענגען אלע מײנע כוחות אץ עמיגרירן. צוליב דעם, װאם מײנע געלט־מיטלן זענען געװען באגרענעצט, האב איך באשלאסן צו פארן אין א נאנט לאנד, קײן בעלגיע . דאם איז שוין נישט געװען אזוי פשוט — אן געלט ׳ אן א פאד, אן א שפראד . אבער צום גליק האב איך געפונען אין דער פרעמד אייגענע לאנדסלײט, װאם זענען געװען גרייט צו העלפן אץ האבן זיך דערפרײט װען די האבן דערזען א מענטש פון דעם שטעטל, װאס איז אײנגעבאקן אין הארצן .
די קליינע גרופע לוקאווער אין בריסל האט געשאפן א שטיקל לאנדמאנשאפט אונטער דער אנפירונג פון דעם אײדעלן און אויפריכטיקן ישראל גאלדגעװיכ ט ז״ל. מיר 448