Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 453
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-823

ספר לוקזוו ו 449 פלעגן זיך טרעפן, איבערגעבן זיך נייעס פון דער היים, און ווען עס איז געקומען צו פארן א שטעטישער, האט מען אים געהאלפן מיט וואס מען האט געקאנט. מיר האבן געשאפן א קליינע הילפס־קאסע פאר די לוקאװער לאנדסלײט. ביסלעכװײז האט יעדער איינער זיך אײנגעארדנט אויף זײן אופן. דערבײ האט מען נישט פארגעסן אין די נאענטע אין דער הײם, געהאלפן זײ א םדמא ל איבער די מעגלעכ־ קײטן. יעדער איינער פון אונז האט געחלומט צו זען א מא ל די הײם, דאם שטעטל. איץ מאל האב איך זיך אנגערופֿן צו יאסל בורשטין, װאם איז דאן געװען מיט שותף: ״אפשר פאח מיר א ביסל אהײם זיך זען מיט די אײגענע?״ יאסל האט זיך אנגעכאפט אן דעם געדאנק און מיר זענען געפארן באזוכן לוקאװ. מיר זענען געפארן מיט פתידיקער דערװארטונג. מיר זענען דורכגעפארן דײטשלאנד.

passage_6d6d3e60471ab8463c8b52d2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 825-2141

דאם איז געװען מאי 1937, די צײט פון שפאנישן קריג. די שטימונג איז געװען א גע־ דריקטע. אויפן טריט און שריט איז געװען צו באמערקן די מלחמה־צוגרײטונגען. די לופטן איז געװען אנגעזאפט מיט ײדן־האם. אויפן דער פוילישער גרענעץ האט מען בײ אונדז אדורכגעפירט א שטרענגערע רעװיזיע פון באגאזש און די דאקומענטן. װידער האבן מיר זיך דערמאנ ט די באנעמונג פון אונדזערע הײמישע פאליאקן. מיר זענען שוין פון דעם געװען אפגעװוינט. מיץ חבר יאםל איז אפגעשטיגן אין לאדזש, וווּ עס האבן געװוינט זײן פרויס עלטערן. איך בין געפאזן קיץ לוקאװ. אויפן װאקזאל אין לוקאװ האבן שוין געװארט אויף מיר מיץ שװער און שװיגער הערשל און שײנדל טשאטשקע ז״ל, די שװאגערס, די שװעגערין מיט זײערע קינדערלעך און אויך םתם באקאנטע פון שטעטל. װען מיר זענען געפארן אין דער אפענער דראזשקע איבערן שטעטל, האבן א םך מענטשן אונדז נאכגעקוקט און איך האב דערפילט די ־וארעמע נאענטקײט. נאכן אפפרייעז זיך מיט דער משפחה און מיט די פרײנד, האב איך אנגעהויבן רעדן מיט זײ װעגן ״תכלית״. איך האב אויסגעדריקט מיץ באדויער, װאס זײ זוכן נישט קיץ װעג צו עמיגרירן. איך האב געזען װי בעתן דאנערשטיק־מארק שטײען די באיקאט־ פיקעטן מיט לאזונגען ״םװאידאסװעגא״, און איך האב געטענהט צו די באקאנטע, פאר װאם די זען נישט דאם, װאס איך זע.

passage_260c0662cf8aca8dc6f68f6d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2143-2998

אין אַ הײםן שבתדיקן טאָג האָבן יאַנקל און זשיטאַ און משה עליע גױוערצער מיט געטראפן אויף דער װארשעװער גאַס און מיר דערצײלט, אַז לכבוד מיר מאכט מען אַ ״ביבקע״, אַ מין באנקעט, אין זאפאװיעדניקער װאלד. מען מוז שוין פארן. זײ האָבן געכאפט אַ דראזשקע, ארויפגעװארפן אַ פעםעלע ביר׳ עטלעכע פלעשלעך בראנפן, ברויט, װורשט — און מען פארט. מיר זענען אנגעקומען אין אַ פויערישער כאטע און מיר האבן באלד זיך גענומען צו דער סעודה. חברים האָבן מיך װארעם באגריסט און איך האב זיי געענטפערט. איך האב זײ געזאגט, אַז פאר דער קורצער צייט, װאם איך בין אין שטעטל, האב איך קײן סך גוטס נישט געזען. איך זעגישט דא קײן תכלית מאר דער ױגנט. דער זדינציקער אויסװעג איז, אַז יעדער זאל זוכן אַ מעגלעכקײט ארויםצופארן קיץ אויםלאנד. איך האב זײ דערקלערט, אַז די גופא, זיצנדי ק אין שטעטל, זענען נישט

passage_c0aedc0ca15fb870628236e9