Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 454
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1233

450 םםר לוקא װ אין שטאנד צו באגרײפן די אויםװעגלאזיקײט פון דעם מצב. בלויז דער, װאם האט אמאל דא געלעבט און אויך געהאט שוין די דערפארונג פון אן אנדער לאנד, קען אביעקטיװ אפשאצן די לאגע. דערפאר דארפן זײ אלץ טאן, כדי ארויםצופארן פון פוילן. איך װײם נישט װי מיינע רײד האבן געװירקט, אבער צוריקגײענדיק האבן מיך עטלעכעם באקאנטע געפרעגט װעגן די מעגלעכקײטן צו עמיגרירן. װען איך און יאם ל בורשטי ן זענע ן צוריקגעקומע ן קײן בריםל׳, האב ן מיר צונויפגע ־ רופן אלע לוקאװער און פאר די געשילדערט, װאם מיר האבן געזען אין שטעטל. זײ זענען געװען גערירט ביז טרערן אץ מיר האבן געהאט א געפיל, אז זײ זענע ן אוגד ז מקנא. איך האב מיך געװענדט צו זײ, אז זײ זאלן טאן פאר לוקאװ צװײ זאכן: העלפן מאטעריעל די עלטערן אץ קרובים, און באמיען זיך אריבערצונעמען דאס יונגװארג, די ברידער און שװעסטער, װײל זײער לאגע איז א קריטישע. א געװיסע װירקונג האט דער רוף מםתמא געמאכט, װײל אין גיכן זענע ן קי ץ בעלגי ע געקומע ן צװיש ן אנדער ע נפתלי םרעברניק ם א שװעמטער מיטן מאן, סאניע װאסערשטרום, רבקה װײםבוימ ם א שװעסטער און אנדערע, װעמענ ם נעמען איך געדענק נישט. אין יענער צײט זענע ן לוקאװער געפאר ן קי ץ פאריז, קײן ארץ־ישראל, קײן ארגענ ־

passage_7162f10649694259767b5392
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1235-2351

טינע א״א לענדער. אװ ך אנדערע זענען געװען גרײט צו פארן, אבער זײ האבן שוין נישט באװיזן דאם אויםצופירן. דעם 1טן סעפטעמבער 1939 איז די היטלער־ארמײ אנגעפאלן אויף פוילן. מלחמה צו יענער צײט, בײם אנהײב פון דער צװײטער װעלט־מלחמה, איז בעלגיע געװען נײטראל. א םך מענטשן האבן געמײנט, אז מיר אין בעלגיע װעלן אויםמײדן די גרוילן פץ קריג. מײן װױנונג איז געװען דער פארבינדונג־צענטער מיט אנדערע לענדער. איך פלעג דערהאלטן בריװ פון לוקאװ און זײ איבערשיקן קי״ץ פראנקרײך און קײן אמעריקע. א סך ברױו האב איך באקומען פון חײם פערגאמענט און זײן פרױ רחל ע ז״ל. די אילוזיע, אז בעלגיע װעט בלײבן נײטראל, האט נישט לאנג אנגעהאלטן. דעם 10טן מאי 1940 זענען די דײטשן באפאלן דאם נײטראלע בעלגיע מיט דער גרעסטער ברוטאליטעט און באמבארדירט שטעט און שטעטלעך, די אלגעמײנע שטימונג איז געװען א געדריקטע, בפרט ביי יידן. מיר האבן דאך שוין געהערט, װי די דייטשן פיח זיך אין פוילן. איך האב זיך פארשטענדיגט מיט מײנע לאנדסלײט און פרײנט נפתלי סרעברניק און יאסל בורשטין, און מיר האבן באשלאסן צו אנטלויפן קײן פאריז.

passage_4a6d1626c632d3f6e306a383
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2353-2770

זונטיק, דעם 12טן מאי, בין איך מיט נפתלי מערעברניקן אוועק פון בריסל. יאסל בורשטין האט נישט באוויזן צו פארן מיט אונז און מיר האבן מיט אים אפגערעדט צו טרעפן זיך אין פאריז. אונזער צוג איז צענדליקער מאל געווארן באמבארדירט אין וועג. ערשט נאך 8 טעג זענען מיר אנגעקומען אין א שטעטל לעבן טולוז, נישט ווייט פון דער שפאנישער גרענעץ. דארט האבן זיך געפונען א סך פליטים פון בעלגיע.

passage_9aa451e27e44390457bf68e4