450 םםר לוקאװ אין שטאנד צו באגרײפן די אויםװעגלאזיקײט פון דעם מצב. בלויז דער, װאם האטא מאל דא געלעבט און אויך געהאט שוין די דערפארונג פון אן אנדער לאנד, קאן אביעקטיװ אפשאצן די לאגע. דערפאר דארפן זײ אלץ טאן, כדי ארויםצופארן פון פוילן. איך װײם נישט װי מיינע רײד האבן געװירקט, אבער צוריקגײענדיק האבן מיך עטלעכע באקאנטע געפרעגט װעגן די מעגלעכקײטן צו עמיגרירן. װען איך און יאםל בורשטין זענען צוריקגעקומען קײן בריםל׳ האבן מיר צונויפגע־ רופן אלע לוקאװער און פאר די געשילדערט, װאם מיר האבן געזען אין שטעטל. זײ זענען געװען גערירט ביז טרערן אץ מיר האבן געהאטא געפיל, אז זײ זענען אוגדז מקנא. איך האב מיך געװענדט צו זײ, אז זײ זאלן טאן פאר לוקאװ צוױי זאכן: העלפן מאטעריעל די עלטערן אץ קרובים, און באמיען זיך אריבערצונעמען דאם יונגװארג, די ברידער און שװעסטער, װײל זײער לאגע איזא קריטישע.א געװיסע װירקונג האט דער רוף מםתמא געמאכט, װײל אין גיכן זענען קיץ בעלגיע געקומען צװישן אנדערע נפתלי םרעברניקםא שװעםטער מיטן מאן, סאניע װאסערשטרום, רבקה װײםבוימםא שװעסטער און אנדערע׳ װעמענם נעמען איך געדענק נישט. אין יענער צײט זענען לוקאװער געפארן קיץ פאריז, קײן ארץ־ישראל, קײן ארגענ־
טינע א״א לענדער.א םך אנדערע זענען געװען גרײט צו פארן, אבער זײ האבן שוין נישט באװיזן דאם אויםצופירן. דעם 1טן סעפטעמבער1939 איז די היטלער־ארמײ אנגעפאלן אויף פוילן. מלחמה צו יענער צײט, בײם אנהײב פון דער צוױיטער װעלט־מלחמה, איז בעלגיע געװען נײטראל.א םך מענטשן האבן געמײנט, אז מיר אין בעלגיע װעא אויםמײדן די גרוילן פץ קריג. מײן וװינונג איז געװען דער פארבינדונג־צענטער מיט אנדערע לענדער. איך פלעג דערהאלטן בריװ פון לוקאװ און זײ איבערשיקן קיץ פראנקרײך און קײן אמעריקע.א סך ברױו האב איך באקומען פון חײם פערגאמענט און זיץ פרוי רחלע ז״ל. די אילוזיע, אז בעלגיע װעט בלײבן נײטראל, האט נישט לאנג אנגעהאלטן. דעם 10טן מאי1940 זענען די דײטשן באפאלן דאם נײטראלע בעלגיע מיט דער גרעםטער ברוטאליטעט און באמבארדירט שטעט און שטעטלעך, די אלגעמײנע שטימונג איז געװען א געדריקטע, בפרט ביי ייח. מיר האבן דאך שוין געהערט, ווי די דייטשן פיח זיך אין פוילן. איך האב זיך פארשטענדיקט מיט מײנע לאנדסלײט און פרײנט נפתלי םרעברניק און יאםל בורשטין, און מיר האבן באשלאםן צו אנטלויפן קיץ פאריז.
זונטיק, דעם 12טן מאי, בין איך מיט נפתלי םרעברניקן אװעק פץ בריסל. יאסל בורשטין האט נישט באװיזן צו פארן מיט אונת און מיר האבן מיט אים אפגערעדט צו טרעפן זיך אץ פאריז. אונחער צוג איז צענדליקער מאל געװארן באמבארדירט אין װעג. ערשט נאך8 טעג זענען מיר אנגעקומען איןא שטעטל לעבן טולוז, נישט װײט פון דער שפאנישער גרענעץ. דארט האבן זיך געפונעןא םך פליטים פץ בעלגיע.